וויכטיגע וואלן קומענדיגן דינסטאג הבעל"ט אין קרית יואל
אי"ה דעם דינסטאג קומען פאר די גאר וויכטיגע וואלן פאר די לאקאלע טאון פאזיציעס.
עס ווייסט יעדער איינער אז קרית יואל איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף א אוזן קשבת ביי די לאקאלע רעגירונגס באאמטע. וואס דאס קען מען נאר האבן דורך ארויסברענגען א שטארקן בלאק וואוט.
די היי יעריגע וואלן זענען ספעציעל וויכטיג ווייל עס לויפן יעצט די לאקאלע באאמטע פון די טאון אוו מאנרא מיט וועם קרית יואל מוז האבן נאנטע באציאונגען צו קענען אנגיין אומגעשטערט מיט אלע כסדר'דיגע אקטיוויטעטן וואס מען קומט טאג טעגליך אין בארירונג מיט די שכינות'דיגע רעגירונגס באאמטע, ווי למשל איבערמאכן די ראודס, שאַרן שניי. אא"וו.
חוץ מזה האלט יעצט קרית יואל אינמיטן דורכפירן דעם קינדער פּאַרק פראיעקט אויפצובויען א גרויסן פּאַרק פאר די קינדער אין קרית יואל, וואס דאס ווערט אויפגעבויעט אין די גרעניצן פון טאון אוו מאנרא, און כדי מען זאל קענען פארענדיגן דעם פראיעקט מוז מען ווייטער האבן א אפענעם טויער ביי די טאון רעגירונג.
מען בעט יעדן איינעם אווועקצוגעבן די עטליכע מינוט לטובת הכלל, און ארויסגיין שטימען דעם דינסטאג.
צו פארגרינגערן פאר'ן עולם איז צוגעשטעלט געווארן פרייע טראנספארטעישאן פאר אלע אנשי שלומינו, אויך וועט זיין צוגעשטעלט בעיביסיטינג אויפ'ן פלאץ.
מאכט זיכער אז יעדער שטים בארעכטיגטער אינדערהיים גייט ארויס שטימען, ווייל קרית יואל קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפי' איין איינציגע שטימע.
אלע מעלדונגען בנוגע די וויכטיגע וואלן דעם דינסטאג אין קרית יואל, קען מען הערן אויף קול סאטמאר
212-444-9899
עקסט. 8