בית פורומים אידישע געדאנק

סאטמערע חתונה תקנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2011 18:45 לינק ישיר 
סאטמערע חתונה תקנות

ניין איך בין נישט קיין שדכן, דאך אבער וויל איך פרעגן פארוואס מען האט דאס נישט געטון.
 
ווי באקאנט איז סאטמאר געווארן צוטיילט אויף העלפט, יעדער האט היינט צוטאגס מוסדות און ישיבה, פלייש געשעפטן, א צייטונג, בתי מדרשים, טאקע איינער האט ווייניגער אויף איין פלאץ און דער צווייטער האט ווייניגער אויף יענע פלאץ, אבער פראצענטועל ווען מען קוקט מיט גראדע אויגן איבערצייגט מען זיך גלייך די קלארע און אמת'ע פאקט אז סאטמאר איז צוטיילט.
 
די פארגאנגענע זונטיג איז געווען א היסטארישע און פריידיגע טאג ביי אלע סאטמארע חסידים אלוועלטליך ווען די 'סאטמארע רבי'ס אייניקל האט א שידוך געטון', די שמחה איז געווען איבעראל, ביי ביידע פארטייען ווייל וואס הייסט די רבי'ס איידעם האט א שידוך געטון, איז דען דא א גרעסערע שמחה ווען די שלשלת הזהב פלעכט זיך ווייטער? מיר זינגען דאך אלע און הויעך ביי יעדע שמחה 'נחת און פרייד פונעם גאלדענעם קייט', יעדער ווערט פרייליך ווען די רבי טוט א שידוך איבערהויפט ווען עס אנהאלט א שיינע יחוס און ווי עס שטייט אז די נשמות פון די הייליגע זיידעס קומען פון גן עדן אנטייל נעמען אין די שמחה.
 
יעצט שטעלט איך פאר ווי גרויס וואלט געווען די שמחה ווען די צוויי סאטמארע אייניקלעך זענען זיך משדך צווישן זיך!
 
וואלט נישט געווען די שמחה אסאך אסאך גרעסער ווען מען זעהט צומארגנס פונעם שידוך שטייט אינעם לוח הציבור ביי די שידוכים אפטיילונג 'החתן חיים צבי בן הרה"ג יצחק ראזענעבערגער חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר עמב"ג הרה"ג חנוך העניך אשכנזי חדב"ן הגה"ק אדמו"ר מ'סאטמאר'!?
 
די חתונה מיט אלע צוגעהערן וואלט מען געקענט סאך גרינגער אויסשטעלן נישט דארפן זיכן 4 גיגאנטישע זאלן צו אקאמאדירן די מענער פון ביידע שמחות און די פרויען פון ביידע. נאר מען וואלט געקענט שטעלן די פרויען אין ביהמ"ד אויף פערצן הופפער סטריט, די מענער אין ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, די שמחה וואלט געווען גרויס אז יעדער איז צופרידן אז 'מיין' רבי האט ראדני!.
 
עס וואלט אפשר געווען א פראבלעם איבער ווי אזוי צו שרייבן אויף די אויג פארכאפענדע סיין וואס וועט באצירן דעם אויבן אן צו מען זאל שרייבן ברכת מזל לכ"ק רבינו שליט"א אדער כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אבער איך גלייב מען וואלט עס געקענט אויסארבעטן אויף א אופן אז יעדער זאל זיין צופרידן.
 
די רבנים ווי איבעראל וואלטן זיך אייגעשפארט אסאך צייט מיטן נישט דארפן פארן צו צוויי שמחות, שטעלט זיך פאר די גרויסע שמחה ווען מען זעהט ווי הרב החסיד מאיר ראטה און הרה"ח משה פאלקאוויטש זיצן אונאיינעם און יענקעלע גליק דארף נאר קומען איינמאל, בחצרות סאטמאר וואלט געהאט הילף צוצופיצן די בילדער און זיך איינשפארן צייט, און עגמת נפש ווייל ווי נאר מען וועט זעהן עס איז פאטא שאפ וועלן זיי עס מיט רעכט קענען ארויפלייגן אויף די אנדערע פארטיי.
 
שלום סאנדל וואלט זיך נישט געדארפט מיטשן איינצוהאנדלען נאך ספיקערס וואס זאלן גראגען אין די אויערן פון די זעכציג טויזענט באטייליגטע וואס שטיין צונויפגעפרעסט אין הונדערט זיבן די פאראנהייט טעמפעטשור, אסאך ליילעכער וואלט מען איינגעשפארט פון דארפן אויסשפרייטן איבער די עלעקטעריק שטאנגען, די ליפט פון די פארסמט'ע ניו יארקע גאסן וואלטן געווען ריינער נישט אנפולנדיג די ליפט מיט געז פון די געז סטעישאן'ס וואס ווארטן שוין אז די גרויסע פלאטעס מיט געלע באסעס זאלן טראגן און ברענגען די גרויסע מאסן וואס שטראמען צו אקאמאדירן די חתונה זאלן, עס וואלט איינגעשפארט שווערע שווערע געלטער פאר די מוסדות ספעציעל יעצט אין די חתונה תקנות עפאכע איז עס קריטיש וויכטיג נישט צו פארשווענדן אידישע געלט און אנפילן די קעשענעס פון די אראבישע באנדיטן וואס ווילן אונז אלע אויפעסן לעבעדיגערהייט.
 
אויך וואלט עס איינגעשפארט אסאך ביטול תורה ווייל מען וועט דאך נישט זיצן אזוי לאנג אויף היידפארק ציילן די שווארצע פינטעלעך ווי עס איז געווען מער מענטשן, אויך די רויטע טינט וואס וואקסט דאך נישט דא ביי אונז אין בעקיארד איז נישט קיין מצוה זיך צו ווארפן דערמיט און פירקלען אויף יעדע בילד!
 
די קרית יואל סוער וואלט נישט געהאט א פראבלעם נאר איינמאל מיט די גאלאנען וואסער וואס וועלן שטראמען פון די שויערס נאך די חתונות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 04:40 לינק ישיר 

הע! קיינער איז נישט נייגעריג אויף די שבע ברכות, איך מיין מען זאל באשקייבן דעם שלום זכר מיט די וואך נאכט,
סא קעלבלעך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 04:19 לינק ישיר 

א דאנק פאר די קאמפלימענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 04:06 לינק ישיר 

דאסטערס. יעצט קען מען זעהן אז דו ביסט באמת א שרייבער... אז דו קענסט יא. וואס שרייבסטו נישט אפטער אומפארטייאישע אנאליזן? אפילו פאנטאזיעס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2011 01:54 לינק ישיר 

אויב שוין יא אזוי אפשר באשרייבסטו אויך די שבע ברכות'ער !?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2011 00:49 לינק ישיר 

דאסטערס איז גוטע נייעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2011 00:19 לינק ישיר 

דאסטערס בוסט צוקער'ליך זיס. דיינע דמיונות איז געוואלדיג. עס איז אבער נישט מער ווי א גוטער פורים פעליטאן.

תוקן על ידי סענעטאר ב- 11/11/2011 00:57:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 17:28 לינק ישיר 

ששששש...... הנה בעל החלומות בא!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 08:09 לינק ישיר 

האלט מיר שוין ברוך השם צומארגנס פונעם גרויסע היסטארישע חתונה ממש אזאנס וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן זייט די צייטן פונעם בעל שם טוב, די גאנצע זאל איז איין שטיק סרחה אויפן פלאר זעהט מען יעדע פיס טריט ווי נאר מען שלעפט ארויס די פיס פון די קלעבעדיגע פלאר וואס איז אויסגעמישט מיט שוויץ, צוקוועטשטע טרויבן, צופליקטע טישאוס, ווער רעדט נאך פון די טויזענטער בעקיטשע קנעפלעך און סאדע דעקלעך וואס וואלגערן זיך ממש ווי זאלץ נאך א שניי, די חתונה איז דאס געשפרעך פון טאג איבעראל, פאלגענד האבן מיר צוזאמגענומען א טייל פון די טוויטער מעסעדזשעס וואס זענען געפלויגן פון ביידע זייטן, א טייל איז וואס דער אפיציעלע ווארטזאגער און א טייל איז וואס דער שיק יונגעל האט געטוויט אויף סאטמאר לייוו און סאטמאר עיטש קיו.
 

 
אויפן פארלאנג פונעם ציבור וועלן מיר זיי איבערשרייבן אויף אידיש.
 

 
סאטמאר לייוו: שאקינג! די זאליס לייגן שטארקע דריק אז די רבי שליט"א זאל נישט מעגן קומען צו די חתונה.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: ברעקינג! די ארונים האבן אריינגעגעבן א מסירה אז מען זאל פארשפארן ראדני אבער די פאליציי האט געזאגט אז זיי מישן זיך נישט.
 

 
סאטמאר טעקסט: העסקן נפתלי משה אינדיג האט ערלעדיגט באריקאדען וואס מען זאל שטעלן פארנט פונעם רבי'ס הויז צוליב די שטארקע געדרענג פון די וואס קומען זיך קוויטלען ביום החופה.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: רבינו שליט"א וועט דאווענען מנחה 4 אזייגער דערנאך וועט ער אריבער קומען צום קבלת פנים אין ראדני.
 

 
סאטמאר לייוו: טויש אין סקעדזשועל! די רבי וועט אויפנעמען אינעם חדר מיוחד אויף הופער סטריט, מען וועט קענען פארקן די קארס שיף אויף קענט עוו.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: עס וועט זיין צוגעגרייט קאלטע משקאות אויף די הייוועי זייט אין די קאווע שטיבל נתנדב דורך משפחת הירש.
 

 
סאטמאר לייוו: די רבי שליט"א פארט יעצט מיט א עסקארט פון הופער צו ראדני, אונזער שוהל אויף ראדני איז שוין איבערגעפילט מיט אנשי שלומינו.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: מזל טוב די רבי שליט"א איז יעצט אריינגעקומען אין בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג.
 

 
סאטמאר לייוו: רבינו שליט"א איז אויפן וועג אריין צו ראדני, די עסקנים דקהלתינו בעטן מען זאל מאכן פלאץ פאר די עלטערע אידן.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אפדעיט: מען גייט יעצט ארויס צום חופה דערנאך וועט זיין די סעודות החתונה אין ביהמ"ד הגדול.
 

 
סאטמאר לייוו: רבינו שליט"א האט יעצט מכבד געווען ר' זלמן לייב ט"ב מיט מסדר קידושין.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אפדעיט רבינו שליט"א איז געווען מסדר קידושין, די ברכות האט געזאגט די ר' אהרן טייטלבוים.
 

 
סאטמאר לייוו: יעצט הייבט מען אן די סעודות החתונה רבינו שליט"א וועט אריינקומען פונקטליך 9:45.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אלע פלייש זענען בהשגחת דיינו דקהלתינו, רבינו שליט"א קומט אריין אין 5 מינוט.
 

 
סאטמאר טעקסט: בילד - פאליציי קאמישאנער רעי קעלי באגריסט זיך מיט העסקן נפתלי משה אינדיג און ראביי עיב פריעדמאן.
 

 
סאטמאר לייוו: קול רנה..... רבינו שליט"א קומט יעצט אריין אין די פיל געפאקטע זאל.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אפדעיט: הגה"צ אב"ד קלעסאן שליט"א טאנצט יעצט מיט די מחותנים.
 

 
סאטמאר טעקסט: צעהלימע דיין, טאהש ב.פ. דיין, באשיינען די שמחה.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אהרן האט געהאט בישות ווען וואלאווע רב האט נישט געוואלט טאנצן מיט אים.
 

 
סאטמאר טעסקט: אפדעיט 10:59 מען האט יעצט אויסגעלאשן די מוזיק צוליב די חתונה תקנה פון בענטשן 11 אזייגער.
 

 
אפדעיט: די ראב"ד שליט"א איז יעצט אריינגעקומען אין די פיל געפאקטע בית המדרש אנטיילצונעמען בשמחת רבינו שליט"א.
 

 
סאטמאר טעקסט: מנשה פריעדמאן איז להכעיס יעצט אנגעקומען די זאליס האבן צוריק אנגעצונדען די מוזיק.
 

 
סאטמאר עיטש קיו: אויפן פארלאנג פונעם עולם ווען מיר נישט שיקן היינט מער באריכטן צוליב די שפעטע שעות ווען אסאך שלאפן שוין.
 

 
סאטמאר לייוו: בדחנה דמלכה ר' מרדכי דוד עסטרייכער גראמט יעצט אויס רבינו שליט"א. הוק אפ אויף קול סאטמאר.
 

 
סאטמאר לייוו: 5:17 רבינו שליט"א האט געטאנצן מיט התעוררות 40 מינוט מצוה טאנץ, שחרית 10 אזייגער בביהמ"ד הג' וויליאמסבורג.
 

 
ע"כ איז די מעסעדזשעס וואס איך האב אנגעיאגט דערווייל איבערצושרייבן.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 10/11/2011 17:53:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 01:21 לינק ישיר 

ויקץ ויחלום שנית, איך האב דיך געשטערט פון דיין חלום? סארי!!! שלאף און חלום ווייטער פון א חתונה פון אהרונים און זאלונים באנאזאם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 00:50 לינק ישיר 

רעסטלער קאם דאון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 17:13 לינק ישיר 

יא, איך ווייס זיכער אז מען האט דאס אנגעטראגן און רבי יצחק האט נישט געוואלט, א גרויסער זאלי האט מיר געזאגט דעם לעצטן חול המועד אז נאך יום טוב גייט זיין דער גרויסער שידוך פון רבינס צוויי אייניקלעך, און יעצט בלאזט דער ירושלימער חמ''ץ,

אינטרעסאנט, די זאליס חלום'ען פון זיך משדך זיין מיט די אהרונים, א זאך וואס גייט בדרך הטבע נישט געשען אין די נעקסטע 30 יאר, זיי זענען גרייט צורופן "ביידע" צדדים קעלבלעך, נאר מען זאל זיי אנערקענען אלץ א צד צום רבנות סאטמאר, פרעג דיר נאר נאך וואס דער סטראפקעווער רבי פון ירושלים -וואס האט באזוכט ביי ביידע רביס נעכטין ביינאכט- האט געזאגט מיט א שמייכל, נאכן ארויסקומען פונעם גז''ל, אז ער האט ביז היינט באמת געמיינט אז דער טיטול "עם הארץ" אויפן גז''ל איז בלויז א מליצה... קאמענטארן זענען איבעריג, לאמיר מאכן א בעט, איך פרעדיקט אז ביז א קורצע צייט גייט ארויסקומען א בריעף פונעם משב''ק שמואל טייטלבוים אז דער רבי נעמט מער נישט אויף קיין געסט וואס קומען סתם אזוי שמועסן ווייל דער רבי איז פארנומען מיט צרכי הכלל און האט נישט קיין צייט צו סתם פטפוטים, עס שטערט עם פון זיין עבודת הקודש, פונקט ווי בילדער לאזט ער נישט מאכן ווייל מען זעט וואס ער פארמאגט, פונקט אזוי וועט ער נישט אויפנעמען קיין רבנים ווייל מען זעט וואס ער קען.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 17:09 לינק ישיר 

ס'קען זיין אזוי און ס'קען זיין אזוי...
דהיי' אז למשל און ןוויזניץ אפילו נאכדעם וואס מ'האט שלום געמאכט - מאנסי מיט בני ברק - און מ'האט זיך משדך געווען זענען נאך די צוויי זייטן אינגאנצן צוטיילט, און מיט וועלכע זייט דו וועסט רעדן וועט ער בארעדן די אנדערע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/11/2011 05:42 לינק ישיר 

רעסטעלער; דו ווייסט וואס דו רעדסט, צו דו רעדסט וואס דו ווייסט? (אדער וואלט געוואלט וויסן)

דאס באמת איינער פון די חילוקים פון א חכם און א כס...

באמת, האסטו געהערט אז מען האט אנגעטראגן דעם שידוך און ער האט אפגעזאגט, צו דו שטעלסט זיך פאר, אז לויט ווי דו קענסט אים קען נישט זיין אנדערש.

ביטע נישט פארדרייען די שמועס, אונז טוה מיר דא דורך א נושא ווי אזוי די וועלט גייט אויסזעהן בקרוב, ווען אלע קעלבער פון ביידע זייטן גייען פארוואנדעלט ווערן אדער אין מענטשן אדער אין ערד. והכל על מקומו יבא בשלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 04:04 לינק ישיר 

סא, דא האט איר דאסטערס חלומות, און אויך ביידען'ס חלומות, קיקטס נאר אויף די הצלחה פון דעם "טיפש" רבי העניך, און די הצלחה פון דעם חכם עתיק חמ''ץ ט''ב פון ירושלים, אז אפילו זיין שוואגער האט זיך מיט עם נישט געוואלט משדך זיין,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2011 03:57 לינק ישיר 

רעסטלער דעקעלע דו האלסט אז רבי יצחק רז''ב שליט''א האט זיך געוואלט משדך זיין מיט דעם טיפיש העיניך?
ביזט דאך נאך געווען אין די ווינדלען ווען דיין רבי האט געפגרט צו נעמען דעם סאטמאר י''ם רב פאר אן איידעם
שאל אביך ויגדך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סאטמערע חתונה תקנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext