בית פורומים אידישע געדאנק

וואלן רעזולטאטן אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2011 22:22 לינק ישיר 
וואלן רעזולטאטן אין קרית יואל

איינער ווייסט די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן אין קר"י?
האבן די ווילידזש קאנדידאטן געווינן, אדער די אלייענס?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 23:22 לינק ישיר 

זייער אסאך בנ" האבן געשטימט פארן אלטן שופט מארשאק אלטץ הכרת הטוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2011 19:53 לינק ישיר 

ביי די טאון זשאזש איז געווען 2,586 וואוטס פאר סטיוו מיליגרעם, און 1,551 האבן נישט געוואוט, די בני יואל האט געהייסן נישט וואוטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2011 01:47 לינק ישיר 

אלע לאקאלע קרית יואל אלייענס אינדארסירטע קאנדידאטן האבן ב"ה געווינען זייערע פארמעסטן פאר פיר יעריגן טערמין. היוועי סופעראינטענדענט קאנדידאט ענטאני ריזא האט באקומען 4,466 (63%) קעגן די צוויי קעגנער, דער פראטעקט מאנרא קאנדידאט דזשעימס גוליק 1472 (21%), און 1117 (16%) פארן דריטן קאנדידאט. די צוויי קרית יואל אלייענס אינדארסירטע קאונסיללייט האבן באקומען 5625 (40%) און 4913 (35%), קעגן דעם פראטעקט מאנרא קאנדידאט מקוועיטערס 2057 (15%) און דעם אנדערן קאנדידאט'ס 1373 (10%) שטימען. תושבי קרית יואל געבן אפ א שבח והודאה פארן רבש"ע אז לא הניח שבט ברשע על גורל הצדיקים און די וואס ווילן אינטערברענגען דעם הייליגן שטאט קרית יואל אין אירע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעבויעט האבן ווידער פארלוירן זייער פארזוך צו חלילה אפשטעלן די הצלחה פונעם קרית מלך רב. קרית יואל איינוואוינער זאגן א יישר כח איינער פארן צווייטען אז מען האט ב"ה באוויזן צו ווייזן פאר די פאליטישאנס אז מיטן העלפן קרית יואל דערלייגט מען נישט און קרית יואל איינוואוינער האבן די מדה פון הכרת הטוב פאר די וואס העלפן זיי ארויס. הדו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואלן רעזולטאטן אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext