| נשלח ב-11/11/2011 19:22 |
|
| |
פלאן: סאטמאר אפקויפן די וויזניצער געביידע פאר 6 מיליאן
פון אונטער די קוליסן הערט מען אז די הנהלה פון די מוסדות זיצן עטליכע וואכן איבער דעם פלאן פון אפקויפן די מעכטיגע געבידע פון וויזניץ.
די וויזניצער געביידע געפינט זיך ממש לעבן די ווייט עוועניו בילדינג, און מ'זיצט מיט אינזשענירן צי מ'וועט קענען מאכן א בריק צווישן ביידע בילדינגס.
לויטן פלאן וועט מען קענען צולייגן נאך 50 קלאסן, וואס וועט שטארק ארויסהעלפן די מוסדות וועלכע מוטשן זיך געפערליך מיט פלאץ אין דעם איצטיגן בילדינג.
פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2011 04:36 |
|
| |
| קמץ_בארד כתב: |  | אפשר קענט איר מסביר זיין פארן ציבור צו וואס מוז מען קאנעקטן די בנינים?
א דאנק |
|
ענטפער נומבער איינס איז פשוט די זאליס זאלן פלאצן!!!
אבער ערענסט גערעדט, ס'איז זייער פשוט, אויב קען מען מאכן א בריקל צעווישן די צוויי בנינים, איז דאס א געוואלדיגער תועלת און מען וועט זיך שפארן אסאך געלט, מען וועט זיך שפארן צו בויען א פרישן דיינינג רום, א קאך, בתי מדרשים, אפיסעס פאר די מנהלים, וכדומה, בקיצור אין געוויסן זין וועט דאס זיין ווי איין בנין, און לאוו דוקא איין בריקל, נאר אפילו דריי בריקלעך איינס העכערן צווייטן, און אפשר קען מען אפילו בויען א בית המדרש וכדומה, א געוואלדיגער אויפטוה,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2011 04:19 |
|
| |
די ערשטע פאני זאך דו זעסט דא?
אגב, וויזניץ האט די וואך געשריבן ערגעץ (איך געדענק נישט וואו) אז זיי פלאנען בקרוב אנצוהייבן בויען די געביידע
עס קוקט אויס ווי די ארונים מיינען אז וויזניץ וועט עס פארקויפן פאר זיי ווייל עס שטייט אויף היידפארק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2011 23:53 |
|
| |
אפשר קענט איר מסביר זיין פארן ציבור צו וואס מוז מען קאנעקטן די בנינים?
א דאנק
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2011 23:45 |
|
| |
לויט מיין אינפארמאציע איז די רעדע אויב מ'וועט קענען קאנעקטן ביידע געביידעס, אזוי ווי ביי מיימאנידעס אין בארא פארק און אנדערע גרויסע געביידעס.
מ'האפט צו האבן א תשובה פון די בילדינג דעפארטמענט און נאכדעם דארף מען זיך נאך פארגלייכן מיטן פרייז, און מ'וועט אי"ה קענען אביסל אפאטעמען דערווייל.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די גרעסטע "בילדינג" אין וויליאמסבורג פאר א תלמוד תורה, וואס איז נאך נישט קיין 5 יאר אלט, איז שוין פול עד אפס מקום, אז מ'זאל שוין מוזן זיך ברעכן דעם קאפ פאר נאך א בילדינג.
דאס אלעס בזכותו של אותו זקן, מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2011 21:38 |
|
| |
וואס איז די פלאן מיט א א מיידל סקול ? ס'איז כלו כל הקיצין מען דארף דרינגעד נאך א בנין
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2011 19:57 |
|
| |
פארוואס א בריק?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2011 19:56 |
|
| |
סאטמאר וומסב"ג פלאנט אפצוקויפן דעם ארמארי, און אזוי וועט מען קענען צולייגן נאך 5,000 קלאסן
|
|
|
|
|