ברבים אהללנו: יישר כח השר רבי משה דוד!
ברבים אהללנו: יישר כח השר רבי משה דוד! חסדי ד' כי לא תמנו! כי לא כלו רחמיו! מיט טרערן פון פרייד, און מיט געפילן פון די הודערטער בני משפחה, פריינט, און די יושבים בסתר זעלבסט: וויל איך דא דא אויסדריקן אונזער געוואלדיגע הכרת הטוב פאר השר הגדול רבי משה דוד נידערמאן הי"ו פאר'ן ארבעטן עטליכע וואכן אין א צי, בייטאג און ביינאכט, נישט אויסלאזנדיג קיין איין טיר און פענסטער, פאר די 9 יודן וואס זענען יעצט אריין געקומען, אין אויטאסוויל טורמע אין משך פון די לעצטע 3-4 וואכן, און וויבאלד ס'איז נישט געווען קיין איבעריגע בעטן דארט, האט מען זיי אלע - אן קיין שום עקסטרע חטא - אריינגעשליידערט אין א "לאך"!!! פשוטו של משמעו פאר 23 שעות א טאג - אן קיין מעגליכקייט ארויסצוגיין פון די '3-ביי-6-פיס' שטוב, אן קיין טעלעפאן, אן קיין ווארעמע עסן, קיין שבת קיין גארנישט, קיין זעהן א צורת איש!! און הצדיק רמ"ד האט היינט ענדליך גע'פועלט! און אלע 9 יודן, - ובתוכם גאר היימישע און עלטערע יודן - האבן באקומען ענדליך א געהעריגע בעט אין'ם קעמפּ!!! און ארויסגעלאזט געווארן פון די לאך! אשריך אשריך! זכותך הרבה מאוד, אונזער הארץ, און כש"כ די הערצער פון די לעבעדיגע אלמנות - זייערע ווייבער און קינדער איז געעועען צופליקט, נישט קענענדיג אנגיין מיט אונזער לעבן וויסנדיג אז יעדע רגע בשעת אונז לעב מיר, און מיר האבן הנאה ליגט אונזער נשמה אין א הייל! אויף א שמאלע אייזן! הודו לד' כי לעולם חסדו! און זיין געטרייע שליח ר' משה דוד שליט"א!
 |
|
|