בית פורומים אידישע געדאנק

רובין-רז"ב-מאטרא - א סצענע אין וומ"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2011 17:57 לינק ישיר 
רובין-רז"ב-מאטרא - א סצענע אין וומ"ס

א סצענע צום זען און צום געדענקען געווען היינט אין וויליאמסבורג.


אין די פרימארגן שעות, האט דער אלעמען באקאנטער און געשעצטער שר העסקנים והשתדלנים בדורינו, הרב החסיד השר ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, און זיין ארגאניזאציע יו. זשעי. או. געהאלטן א פרעסע קאנפערענץ וועגן די שאקירנדע העיט-קריים וואס האט זיך אפגעשפילט אין צענטער פון וויליאמסבורג בליל שבת קודש, ווען א טריאו פון דריי ערלים האבן באפאלן און צע'מזיק'ט א וואוילן פרידליכן איד וואס האט שפאצירט אויף דער גאס און אים ברוטאל צע'מזיק'ט די ביינער ביז'ן ברויכן אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג.

היינט אינדערפרי האט די יו זשעי או פאררופן א פרעסע קאנפערענץ, צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון דער פרעסע צו דער פאסירונג, און אזוי ארום ערהאלטן מער פון די פאליצייאישע אינסטאנצן.

נו, איז דאך אלעס פיין.

איז אבער הרשעים והנואפים השקט לא יוכלו. ווען דער קליינער נואפ'ל, רך בשנים ואב בנואפות, ישעי' יצחק רובין, דער דורכגעפוילטער עפל וואס איז נישט געפאלן ווייט פון בוים, האט זיך ערוועקט אינדערפרי, האט ער אויף זיין (פינקע דאכט זיך) בלעקבערי ערהאלטן א מעסעדזש אז ס'קומט פאר א פרעסע קאנפערענץ אין וויליאמסבורג, מיט ערוויילטע באאמטע און מידיא פארשטייער, אן דעם וואס איינער זאל אפילו אנרופן זיין פאטער דער שר העסקנים, אדער איינער פון זיינע פארבינדעטע אין דער יוזשעיקעיר ע"ה, איינמעלדן דערוועגן, אדער הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

 איז דער מוזשיניקל פיפל געקומען צו רייסן מיט זיין קליינע קאר מיט וואס ער האט מיט עטליכע וואכן צוריק שיעור נישט דער'הרג'עט זיין כלה-שוועסטער, באוואפנט פון קאפ ביז די ציין מיט א פרעכטיגן סוועטער וואס האט אים געגיבן א שטאטסמאנישן אנזען, עטליכע בלעקבעריס און א פארגעשריטענע קעמערע. אין באגלייטונג פון.... יא איר האט צוגעטראפן דער שפאנישער מאטרא פון קעי זשעי, דער פרישער לעגענדארער סטאר ביי די ארוינים, וואס האט זיך ערוואבן א וואזשנער רעפוטאציע אלס אלמעכטיגער ספרדי, וואס אים קענען די מעכטיגסטע כוחות פון די שונאים נישט בייקומען.

הכלל, דער פון-זינען-צעדרייטער רובין, קומט אן און צו זיין שאק ענד או, האט מען פונקט דאן געענדיגט דעם ערפאלגרייכן און סוקסעספולן קאנפערענץ, ווען ר' משה דוד מיט זיין לשון לימודים און זעלטענע חן בעיני העמים והשרים, האט ארויסגעברענגט דעם ווייטאג איבער דער קרימינאליטעט און א רוף צו די אינסטאנצן מ'זאל זיך דערמיט געהעריג מטפל זיין.

שיעור נישט פארגעסן, צוזאמען מיט רובין איז מיטגעקומען ריעו ועמיתו, דער גייסטיג-צערידערטער נח"ש ראזענבערג ימח שמו וזכרו, וועלכער פירט אויך א מערכה מיט ר' משה דוד'ן, צוליב וואס לויט זיין צע'חוש'טן מח, האט ער געזאלט זיין דער אויסשליסליכער פארשטייער פון וויליאמסבורג, און אצינד, מיט די דריי מעכטיגע קרעפטן, מאטרא, רובין און ראזענבערג האט מען זיך גענומען פלאנירן א מעכטיגע אינוואזיע, אין וואס מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל צייגן די גאנצע וועלט, אז ר' אהרן איז יא רבן של כל בני הגולה ורב הצעיר בכל מקומות מושבותיהם.

געזאגט און געטון. רובין החזיר ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר הייבט אויף זיין פארשלאפענע שטימע אין א פארצווייפלטן געשריי: נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג!!! דאס האט געזאלט זיין דער ענדגילטיגער שאס אין דער יו. זשעי. או. רובין דרייט זיך אויס און ווארט צו באקומען עפעס א חיזוק, און.. ד'רעולם פלאצט אויס אין א הילכיג געלעכטער... דער זאגט, רובין דיין מאמע האט פארגעסן אירע פילן און זי דרייט איבער די שטוב, דו מוזט לויפן אהיים צו איר איידער ס'איז צו שפעט... דער צווייטער רופט זיך אן מיט שפאס: ניין, טאקע גערעכט, דו פארטרעסט וויליאמסבורג.... אזוי האט מען זיך פון דעם צעדרייטן יוגנטליכן גענומען טרייבן קאטאוועס און מ'האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.

די פרעסע לייט האבן געזען אז דער יונגאטש איז איינפאך א צערודערטער פערזאן, מיט ערנסטע דיסארדער אישוס, האבן זיך תיכף פון אים אוועקגעשארט און אפגעפיצט ווי פון פייער. דער אויסגעשפילטער פיפל האט נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטוען, האט ער זיך גענומען שרייען און בונטעווען און לויפן צו א צווייטן פרעסע-מאן, און דארט אנגעהויבן רעדן און קייען זיינע בויך-ווייטאג. ס'האט נישט גענומען לאנג און אויך אהין זענען אידן צוגעקומען און אויפגעקלערט די פרעסע אז דא האנדלט זיך פון אן איינזאמען משוגע'נעם, א געבוירענער צו פארדרייטע פערזאנען, און ס'איז איינפאך א בושה צו שטיין מיט אים אין ווארט.

מיט מאטרא ספרדי טמא האבן די פרעסע לייט, געבנדיג א קוק אויף זיין פרצוף, און שמעקנדיג זיין גערוך, אליינס פארשטאנען אז מיט אים רעדט מען נישט.

דאן איז געקומען די רייע אויף נח"ש, וועלכער שעלט צוזאם יעדן טאג זייער רבי'ן און זייער רב, מיט די ארגסטע השמצות און ניבול פה, אבער כדי צו טשעפען און 'אונטערברענגען' ר' משה דוד האט מען אויך דעם מטיף מסית ומדיח ארויסגענומען פון זאק. אה אה,, דא האט מער נישט געפעלט, דער פארזאמלטער ציבור האט דעם ראצענבערג אזוי מין באזינגען אז דער האט זיך גענומען לויפן און לויפט נאך יעצט בויען א מקוה אין די סאוט-קאוסט אוט אוו טאון.

והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 13/11/2011 19:23:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2011 05:06 לינק ישיר 

דער קליינער נואף'ל מיטן צופליקטן סיין






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2011 05:04 לינק ישיר 

פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן..







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2011 21:36 לינק ישיר 

קאפ_בז_פוס כתב:



נאדיר א קלאר בילד!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2011 03:30 לינק ישיר 

שמואל ווידער האלט פונקט ווי רובין. די וואך אין בלאט עדיטאריעל גיסט ער נעבעך אויס זיין ווייטאג אויף דעם פרעסע קאנפרענץ אין וויליאמסבורג ארענדזשירט דורך ר' משה דוד נידערמאן, און אויף דעם פרעסע קאנפרענץ אין פלעטבוש ארענדזשירט דורך ר' אברהם יעקב פריעדמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 07:16 לינק ישיר 

דאסטערס כתב:
איך וואלט ענדערש גענומען פארפוילטע קארטאפל און עס דיר געווארפן אין פנים אריין!!


נישט פארגעסען עכט שעלטען די ארונים נאר די סיבה פארוואס די וואלסט אים געשאסן און פנים איז ווייל די שעלטסט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 00:19 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 00:19 לינק ישיר 

* width="700" height="386"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 23:22 לינק ישיר 

סעלפאון בייג דיך שטארק צו צום קאמפיוטער סקרין וועסטו הערן ווי משה דוד רעדט סך שמיציגער ווי שייע רובין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 22:07 לינק ישיר 

דאסטערס כתב:
איך וואלט ענדערש גענומען פארפוילטע קארטאפל און עס דיר געווארפן אין פנים אריין!!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 21:47 לינק ישיר 

משה דוד האט עקסלאסיפעטי אויף צו געבן די האנט פאר שיקסעס? נאר ער מעג?, למעשה אויף דעם בילד פון הרב שודריך זעט מען נאר ווי א פרוי (אפשר זיין רעבעצין) גיט עם עפעס, אויך מיר א פעלער! און די בילד פון רעבעצין סאשא תליט''א, זעט מען אז זי איז א הולכת בדרכי המומע ע''ה! 

למעשה ביי הרב רובין זעט מען אז ער גיט א אינטערוויו פאר א ריפארטערן (בעינים עצומות כדת וכדין) דאס איז א נורמאלע זאך, אבער דער מנוול משה דוד רעדט מיט עפעס א שחורטע דברי חשק בלי שום בושה, קיקטס נאר ווי משה דוד קיקט איר אריין אין די אויגן (הסתכלות בכוונה) אין זי שמייכלט צו עם, אוי לעינים שכך רואות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 21:12 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 20:56 לינק ישיר 

Sushe Teitelbaum pushing the day by joking around with people in Certified Lumber http://twitpic.com/7cgv02



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 20:52 לינק ישיר 
שיעור פארגעסן, ראביי שודריך - א גוטע חבר מיט רא"ט - ער קען זיכער טון די זשאב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 20:32 לינק ישיר 

קל_וחומר כתב:






נישט לייגן קיין אומאיידעלע בילדער. ההנהלה


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 14/11/2011 21:55:46




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 19:40 לינק ישיר 

איך וואלט ענדערש גענומען פארפוילטע קארטאפל און עס דיר געווארפן אין פנים אריין!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רובין-רז"ב-מאטרא - א סצענע אין וומ"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext