בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים צושטערן פאפא חתונה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2011 02:44 לינק ישיר 
ארונים צושטערן פאפא חתונה

היינט נאכט קומט פאר די חתונה אין קהילה הק' פאפא אין וויליאמסבורג, מען דארף קיינעם נישט זאגן אז פאפא איז היינט א מעכטיגע אימפעריע פארמאגענדיג עטליכע ריזן בנינים, זיי זענען היינט די צווייט גרעסטע מוסדות אין וויליאמסבורג נאך סאטמאר.
 
צו דאס אלעס איז פארשטייט זיך אויך דא עטליכע זאלן וואס שטייען איבערן יאר אויף צו פראווען אידישע שמחות, א שטייגער ווי שמח תשמח א.ד.ג.
 
ווי באקאנט האבן די ארונים ביז נישט לאנג צוריק טריאומפאירט אז די געביידע וואס איז געווען סטאנציאנירט אויף בעדפארד קארנער פען האבן זיי אפגעקויפט פון פאפא, און האבן דארט אויפגעשטעלט זייער זאלן וואס זיי האבן קודם א נאמען געגעבן אולם סאטמאר, דערנאך געטוישט אויף מנוחה ושמחה, אויך האבן זיי דארט געשטעלט א ריזן סיין מיטן אויפשריפט ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר, אבער עס איז מיסטעריעז נעלם געווארן און געהויערט אויף א דערנעבענדיגע געביידע ווי עס האט אויך נישט מאריך ימים געווען אויף קיין לאנגע צייט.
 
אזוי האבן זיי פרובירט איינרעדן די עולם אז זיי האבן די פולשטענדיגע בעלות אויפן בנין נאכן צאלן א ריזן פרייז פאר פאפא, די איינרעדעניש האבן נישט געהאלפן אויף צו לאנג נאר אפשר גאר ווייניגער צייט ווי ווען מען האט געחלומ'ט אז זיי האבן אפגעקויפט די הופפער לאט פון משפחת פישמאן.
 
ויהי היום פאפא האט באשלאסן אז די ארונים זענען שוין גענוג געזיצן ביי זיי אויף קעסט, די פאפא מוסדות האבן זיך קע"ה ציוואקסן און דעריבער האבן זיי געבעטן פון די ארונים אז אזוי ווי עס איז שוין דורך א היפש סך צייט וואס זיי שלעפן מיטן צאלן רענט, וויל פאפא צוריק יעצט דעם בנין אזוי ווען זיי כאטש קענען פלאצירן די מוסדות וואס איז ענג אין פלאץ בליעה"ר.
 
קיין סך ברירות האבן זיי נישט געהאט, ריספלער האלט נישט מער ביים בארגן געלט פאר די ארונים נאכדערצו אויף א געביידע וואס ווערט נישט דערמאנט דאס ווארט בנשיאות הגאון הקדוש אויפן טעוועלע, דעריבער האבן די ארונים געצווינגענערהייט געמיזט פארלאזן דאס פלאץ, און פאפא האט צוריקגענומען קאנטראל נאך עטליכע וואכן.
 
די ארונים בראש זייער דעמאלטסדיגער פארפירער ארי' לייב גלאנץ האט געשוואוירן נקמה פארן ארויסווארפן די ארונים פון 'זייער' בנין.
 
ליידער האט די נקמה נישט געשפעטיגט און ארי' לייב האט אפגעשפארט זייערס א פלאץ ווי עס פלעגט זיין א מנין יעדע שב"ק, דערנאך האט ער זיי גענומען אין געריכט, וואס הייסט עס איז דאך דא א היתר ביי וויענע רב אין שיפלאד איז דאך א חיוב צו גיין אין קארט נאכדערצו ווען עס גרעניצט זיך מיט נקמה קעגן פאפא.
 
פארגאנגענע וואך - נאך א לענגערע געראנגעל גייענדיג פון איין צום צווייטן קרייז אין געריכט - האט די ריכטער ענדגילטיג ארויסגעשליידערט די העסליכע מסירות פונעם מסור גלאנץ וואס איז געשיקט געווארן דורך די ארונים.
 
היינט האבן די קעלבלעך אין א פארלוירענע שריט באשלאסן צו ניצן זייער אלטע טאקטיק וואס הייסט פייערלעשער (מצילי אש בלע"ז) און ביי די פאפא חופה האבן זיי טאקע געמאכט נאכאנאנד פאני קאלס צו 911 אז עס איז דא א פייער ביי פאפא... די פייערלעשער זענען אנגעקומע מיט קוויטשענדע סירענעס און בליטשקענדיגע לעמפ, אנגעהויבן פארטרייבן די טויזנטער פארזאמעלטע ביים מעמד החופה, אבער ב"ה נאך א קורצע צייט האבן זיי פארלאזט דאס ארט אזוי ארום האט מען געקענט אנגיין ווייטער מיט די שמחה רואיגערהייט.
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 09:31 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:
קענסט לייקענען וויפיל די ווילסט, פאקט בלייבט פאקט, יעדער וואס איז געווען דארט האט דאס צוגעזעהן.


אינטערסאנט, איך האב דאס נישט געזען

עליך אמר הכתוב "משקרי אינשי אפי' במילתי דעביד' לגלוי'"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 07:38 לינק ישיר 

סא די האסט אפגעשריבען דעם ארטיקעל דא און א האלבע שעה נאכדעם האסטו געריפען פייער דיפארטמענט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 05:34 לינק ישיר 

קענסט לייקענען וויפיל די ווילסט, פאקט בלייבט פאקט, יעדער וואס איז געווען דארט האט דאס צוגעזעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 04:37 לינק ישיר 

סעלפאן איז נעבעך א דערביטערטער זאלי און די בעקעריי האלט עם דאס חיות, לאטס עם חלום'ען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 04:21 לינק ישיר 

וועלכע חלק האלט עטץ איז שקר? דאס אז די ארונים זענען געפלויגן פון פאפא? צו אז ארי' לייב האט מיאוס פארלוירן די קלאגע קעגן פאפא? אדער די פייערלעשער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 03:44 לינק ישיר 

איך וועל באלד זיין ביים פאפא חתונה איך וועל פרובירן פרעגן די פאפא שמש ר' משולם ראטשילד אויב עס איז אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 03:35 לינק ישיר 

דאס איז אזא גיטע סעמפל פון ענקער בעקעראציע געפלאכטן איין דמיון און צווייטען און בטעות געפאוסט א האלבע שעה פרי....... אבער מיט ענקער עולם דארפסטו נישט האען קיין פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2011 03:10 לינק ישיר 

ני..... מען האלט שוין ביי מי בן שיח.... אפשר קען איינער ארויסהעלפן 'סעלפאן' און רופן פייערלעשער,? מיר קוקן ארויס בכליון עינים....... אפשר דאך....

ווען גייט די פייערלעשער פארטרייבען די טויזענטער פארזאמעלטע???? ווען גייט די שמחה צוריק גיין רואיגהייט אז מען וועט קענען אנגיין אומגעשטערט???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 02:59 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:

 
די פייערלעשער זענען אנגעקומע מיט קוויטשענדע סירענעס און בליטשקענדיגע לעמפ, אנגעהויבן פארטרייבן די טויזנטער פארזאמעלטע ביים מעמד החופה, אבער ב"ה נאך א קורצע צייט האבן זיי פארלאזט דאס ארט אזוי ארום האט מען געקענט אנגיין ווייטער מיט די שמחה רואיגערהייט.
 


אוודאי ווער דען אויב נישט די פארשאלטענע ארונים???

אגב ווען די האסט געשריבן דיינע שורות האט מען נאך געהאלטן פארן מעמד החופה, נעקס טיים גיב אכט וואס די שרייבסט.
 
(די חופה האט זיך אוינגעהויבען קארגע עטליכע מינוט צוריק ואין קול ואין עונה פון קיין פייערלעשער)

תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 15/11/2011 03:00:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 02:55 לינק ישיר 

וישן ויחלום שנית



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים צושטערן פאפא חתונה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext