בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע נידערלאגע פאר דזישגאנער: פרואוו צו באקומען פערמיט אויף סאוט אכט שול דורכגעפאלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2011 02:11 לינק ישיר 
פרישע נידערלאגע פאר דזישגאנער: פרואוו צו באקומען פערמיט אויף סאוט אכט שול דורכגעפאלן

די אהרונישע דזשיגאנער חלה דעקלעך וועלכע האבן שוין געשיקט זייער אקסן טאנצן חסדי ה' אויפן געווינס פון סאוט אכט שול נאך די טרויעריג בארימטע שריפה מוצאי יו"ט, האבן נעכטן געכאפט א פרישע נידערלאגע ווען דער בילדינג דפט. האט זיי מודיע געווען אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייערע חלומות אז אברהמי רובין מיט ר' אהרן טייטלבוים זענען בעל הבית אויף דעם שול. ‎​
 
ווי באקאנט נאכן שריפה האבן די אהרונים אנגעהויבן שיקן פרייליכע מעסעדזשעס פאר זייערע אקסן אז אזוי ווי "בית מדרשינו" אויף סאוט אכט קען מען נישט נוצן יעצט, זאלן די חלה דעקלעך גיין אין א צווייטע מקוה אין די געגענט, צוגעשטעלט דורך 'סענטראל קהל', אזוי אויך אז די הופער צענטראל האט געשיקט פרישטע טויזענטער האנטוכער צו יענע שולן פאר אנ"ש. די חלומות זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער, און מ'האט געשיקט פרישע מעסעדזשעס אז זיי שטעלן צו מנינים אין אנדערע שולן צוליב די שריפה. דא אויף היידפארק האבן שוין די אהרונים אפציעל דערקלערט בעלות אויפן ביהמ"ד, א.א.וו. ‎​
 
די וואך זענען די חלה דעקלעך אריין מיט א פרישע ספין צום בילדונג דפט. אז מ'זאל זיי געבן א פערמיט צו בויען, אלס בעל הבית האבן זיי געשטעלט אברהמי רובין, מיטן חלום אז ער איז דאך פאריאר - ביי די שיעור געווארענע גניבה - געווען בעל הבית אויפן שול, ביז ריכטער שמידט יר"ה האט דאס אפגעשטעלט. דער בילדונג דפט. האט זיי אבער צוריקגעשליידערט דעם גאנצן פיילינג פעקל אין פנים, זאגענדיג אז דער בילדונג דפט. אפיס איז נישט "דער בלאט", און אז מיט חלומות זאלן זיי גיין העפי מאכן דזשיגאן מיט זיינע שטוהרן, און ארויסלאזן דעם בילדונג דפט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2011 01:29 לינק ישיר 

דייקן כתב:
ונזכה, ונחי', ונראה!

אגב, אויב איך געדענק גוט, האבן צד מהרי"י ביים נייעם ביהמ"ד אויף ראסס גערעדט בערך אזאנע לשונות. אויסגעשטעלט האט זיך גאר א צווייטן בילד.
‎​
 
וועלכע בילד האט זיך אויסגעשטעלט ביי סאוט אכט שעפעלע? זאג עס איבער פאר דיינע שטוהרן ווייל דער בילד איז זיי עפעס זייער אומקלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2011 20:14 לינק ישיר 
זאג עס נאכאמאל..

טראכטן כתב:
שעפעלע טייערער, הער מיך גוט צו, דער סאוט 8 שול קען מען ווינטשן זי"ע, גלייב מיר וואס איך זאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2011 05:34 לינק ישיר 

איי ביסטו הייליג גערעכט, מיט אונזערע שטוהרן וועלן מיר האבן א גרויסן פראבלעם אויב עס וועט זיך ארויס ווייזן אז מיר האבן געלעבט אין א טעות און די זאליס וועלן יא באקומען א פערמיט, ווייל אונזערע שטוהרן זענען נישט קיין בהמות, זיי קען מען נישט איינרעדן מעשה שאולי פערלשטיין אז אלעס בלייבט ביים אלטן..., פאר אונזערע שטוהרן קען נען נישט איינרעדן אז פאללאקס איז איינס מיטן אלטן בית החיים..., אונזערע שטוהרן קען מען קיינמאל נישט איינרעדן אז א עם הארץ קען זיין סאטמארער רבי..., אז סאסמאנס בית המדרש אין קרית יואל איז דער בית המדרש הגדול..., זיי זענען מעגליך שטוהרן, אבער קיין קעלבלעך זענען זיין נישט, זיי קען מען נישט איינרעדן אז די גרויסע ווילסאן סטריט בית המדרש איז נאר פארשפארט צוליב עפעס א פייערל..., זיי קען מען נישט פארקויפן אז 500 מענטשן איז באמת אסאך מער פון 10,000 מענטשן, דאס קענט איר פארקויפן פאר אייערע קעלבלעך, אבער נישט פאר אונזערע שטוהרן, מיר האבן באמת א פראבלעם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 22:27 לינק ישיר 

טראכטן כתב:
שעפעלע טייערער, הער מיך גוט צו, דער סאוט 8 שול קען מען ווינטשן זי"ע, גלייב מיר וואס איך זאג.
‎​
 
איך מיין זאלסט דיר איבערטראכן פארן אזוי אנדרייען דיינע שטוהרן, ווייל מ'וועט דארפן צו סאך דעמעדזש קאנטראל נאכדעם. ‎​
 
מאך שלום מיטן מצב, דער סאוט אכט ביהמ"ד איז א דורכפאל פאר ענק, עטס האטס פרובירט אבער אן ערפאלג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 21:36 לינק ישיר 

ווי קען מען זעהן אז די סאוט אכט ביהמ"ד איז אויך אויפן נאמען פון קהל יטב לב? מיר דאכט זיך אז עס איז נישט אויפן נאמען פון די ברייטפארצווייגטע קיטל קהילה, אויף דעם בוי איך מיין סברה אז עס וועט ווייטער פארבלייבן אפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 20:55 לינק ישיר 

אזוי ווי איך בין בכלל נישט בתוך הענינים, איז אלעס וואס איך שרייב בלויז מיינע אייגענע געבאקענע סברות און איר קענט דאס תיכף נאכן אפליינען גלייך אריין ווארפן אין מיסט קאסטן,

לפי דעתי איז דא א פראבלעם, ווייל נאך א שריפה דארף מען א פערמיט איבער צובויען און צו פארעכטן, און עס עקזעסטירט א קלארער געזעץ אז די שטאט ראט קען נאר געבן א פערמיט פארן אוישליסלעכן בעל הבית, און דאס האט גורם געווען ביים נייעם בית המדרש אז זיי זאלן ריוואקן ביידע פערמיטן, לכאורה איז דא לפי דעתי די זעלבע פראבלעם, ווי לאנג דאס בית המדרש איז געווען אפן און אקופירט האט מען גארנישט געקענט טון אפילו דער גרויסער קאפשטיק ריכטער שמידט האט אויך אנגעקלאפט אין א דעד ענד, ער האט געקענט סטראשן ביידע צדדים, אבער קיין פסק ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית האט ער נישט געקענט פסקענען ווייל  דאס געזעץ  ערלויבט  עם נישט זיך אריין מישן אין א רעליגיעזן אישוי במילא איז דאס געבליבן תלוי ועומד, אבער אצינד אז מען דארף צו קומען צו די שטאט צו באקומען א פערמיט, און כפי השמועה, איז דער דיד אויפן נאמען קהל יטב לב, איז כדאי צו געבן א פערמיט דארף די שטאט באשליסן ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון קהל יטב לב, און לויטן געזעץ קענען זיי דאס נישט באשליסן, וועלן זיי לכאורה נישט קענען געבן קיין פערמיט פאר קיינעם.

דא האט איר דעם בריעוו וואס די שטאט האט גענטפערט ביים ריוואקן די פערמיטס:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 20:41 לינק ישיר 

שעפעלע טייערער, הער מיך גוט צו, דער סאוט 8 שול קען מען ווינטשן זי"ע, גלייב מיר וואס איך זאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 20:33 לינק ישיר 

ונזכה, ונחי', ונראה!

אגב, אויב איך געדענק גוט, האבן צד מהרי"י ביים נייעם ביהמ"ד אויף ראסס גערעדט בערך אזאנע לשונות. אויסגעשטעלט האט זיך גאר א צווייטן בילד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 20:23 לינק ישיר 

פארוואס גייט עס בלייבן פארמאכט און וואס זענען די באווייזן דערויף? מילא די ראסטיגע ביהמ"ד פארשטיי איך אז עס איז געזיצן ליידיג אבער סאוט אכט איז דאך נישט שייך אז צוויי זייטן זאלן טענה'ן עס איז מיינס, נאכדערצו אז טראץ וואס עס איז דא א קלארע פסק פון א ריכטער זינט די כתיבה פון די דיעדס. טא אפשר ביסטו מסביר וואס ברענגט דיר צו די באשלוס אז די ביהמ"ד קען מען שוין באגראבן אין פאלאקס לאט וואס געפינט זיך אויף א פארשטיפט פלאץ ערגעצוואו צווישן די טיפע היילן אין אפגאניסטאן.!?

תוקן על ידי דאסטערס ב- 16/11/2011 20:25:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 19:42 לינק ישיר 

וואס די מעשה מיטן פערמיט איז ווייס איך נאך נישט, אבער ענק קענען דעם שול מער נישט עפענען, איר קענט דאס אריינלייגן אין ראסס סטריט, אין באגראבן אין פאלאקס לאט צוזאמען מיטן ווערצהויז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 05:04 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס בלייבט אלעס ביים אלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 05:00 לינק ישיר 

למעשה וואס גייט דארט פאר אויך סאוט 8, ווער האט יא א פערמיט, ווער נישט, און בויט מען שוין דארט? אין אלטן אדער און נייעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 04:30 לינק ישיר 

-במאמר המוסגר-
שחמט
איך האב יעצט דורכגעקוקט דיין פרופייל איך זעה דו פלעגסט פיין שרייבן
איך וויל הערן פון דיר אפטער.
חוץ אויב דו שרייבסט אונטער נאך א 'פען נאמען' איז עס גוט אזוי 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/11/2011 04:24 לינק ישיר 

יעצט דורכגעוואקט סיגעט די ארונים ברענען אויף די דורכפאל, און בעיקר אז ס'איז ארויסגערינען די מעשה,
זיי שווערן נקמה אין עפפעס א ספרדי וואס איז לויט זיי שולדיג אין די ליעק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/11/2011 04:24 לינק ישיר 

פאפא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע נידערלאגע פאר דזישגאנער: פרואוו צו באקומען פערמיט אויף סאוט אכט שול דורכגעפאלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext