בית פורומים כל העולם כולו

וואו קען מען שאפן הרב לייטנער'ס ספר ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2011 23:39 לינק ישיר 
וואו קען מען שאפן הרב לייטנער'ס ספר ???

די ריכטיגער חסידים אין די וואס האבן ריכטיג אפגעלערנט די הייליגע מאמרים פין ר' אברהם לייטנער האבן ארויס געגעבן א ספר פין זיינע מאמרים אין מכתבים אין דארט האט מען געקענט זעהן די אמת'דיגע קאלירן פין ר' אברהם'ס דעת תורה

מענטשן וואס האבן עס געזעהן האבן אויף געלאכטן

למעשה זענען ר' אברהם'ס קינדער געלאפן עס ציזאם נעמען פין די געשפעטן אזוי אז ס'איז זייער שווער צי טרעפן
די קינדער טענה'ן אז ס'ברענגט בזיונות דער ספר

א שאד א שאד


תוקן על ידי יקרבו ב- 17/11/2011 23:46:49



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/11/2011 12:11:58




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2011 04:09 לינק ישיר 

אריגינעלער די האסט מידות ווי א זאלי, נישט אלעס דארף מען שרייבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2011 03:35 לינק ישיר 

ווי אזוי הייסט דער ספר ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 20:55 לינק ישיר 

ארגינעלער, מען שרייבט נישט אזוי אויף א שוכן עפר, א גאון בתורה ובעבודת השם.

אויב זענען זיינע קינדער מסכים מען זאל פארגעסן זיינע קרומע שיטות, זענען מיר אויך מסכים. סוועט קיינעם נישט שאטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2011 20:01 לינק ישיר 

ח"ו פאר גניזה !

דעם ספר דארף מען פארשפרייטן בכל קצות תבל מען דארף אים לערנען מיט די ריכטיגע פארבן
דעם שחורה אני ונאוה
אין דעס אני ואפסי פין אים איז נישט צי באשרייבן
אין דעס מסלף זיין דעם דעת פין רבי'ן ז"ל פין גיין מיט די ארבער וכו וכו ..

איך האלט דעם ספר דארף מען לערנען מיט אלע קינדער נאך פאר עברי אין חומש רש"י צי ווייזן ווי אזוי מען טאר נישט אויס וואקסען.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/11/2011 12:12:30




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/11/2011 19:48 לינק ישיר 

 איך האב עס נאך נעכטן געזען אין א סטאר, משום כבודו איז עס טעון גניזה

חוץ מזה האבן די מו״ל צוגעלייגט קעפלעך אויף די בריוון, ווי זיי שרייבן אויף הרב שטיינמאן א קללה (שר״י)
פאר דאס אליין דארף מען עס פארברענן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 04:05 לינק ישיר 

פֿון װיקיפּעדיע

ר' אברהם לייטנער ז"ל איז געווען א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן.

ער איז געווען באטראכט אלס עקסטרים קנאות ווייל ער איז געווען א חסידישער איד נאך פון דערהיים אויס נאר נישט פון קיין סאטמאר משפחה אזוי ווי דאס רוב מנין ובנין פון דעם אמעריקאנער סאמאר קהלה און האט זיך נישט געשראקן צו זאגן וואס ער האלט איז תורה'דיג. אבער זיינע חסידים צייגן אן ווי אין זיין פריוואטען לעבן איז ער געווען גאר א גוטמוטיגליכער פשוטער מענטש.

ער פלעגט גיין פיל אין בית כסא הכנות ווי ר' יואל זיין רבי און ער איז געווען באטראכט אלס דער חשובסטער רב בשעת ווען ר' יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר' יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין.

ער איז אויך געווען א תלמיד פון רב דושינסקי און איז געווען רב אין מאָנטעװידעאַָ, אורוגוויי.

ער איז געווען דער פירער פון די מער עקסטרעמע, פרומע קרייזן אין סאטמאר, ווי דער בני יואל.

האבענדיג געווען פון די שווארצע ביים לעבן פון סאטמארער רב. זיי זענען געווארן אנגערופן "שווארצע" דורך דעם דעמאלסדיגן ראש הקהל פון סאטמאר, איז ער געווען פון די גרעסטע חסידים פון ברך משה, וואס כידוע האבן די אלגעמיינע סאטמארע פרומע און נאנטע צו פאוער זיך קעגן געשטעלט די ברך משה. אחוץ די פרומע שווארצע וואס זיי זענען געווען נרדפים פון אלטן הנהגה האבן זיי זיך געפרייט צו קענען צוריק קומען קיין סאטמאר.

אבער ביי די פרשה פון ווען די ברך משה האט געזאגט אויפן קאשוי רב אז ער איז משוגע האט ער זיך צוקריגט מיטן ברך משה און אנגעהויבן צו שטיצן די שונאים פון ברך משה צו יעדן געלעגנהייט אבער נאר באהאלטן ביז די סקול דיסטריקט פרשה איז אלעס ארויסגעקומן אויף די אפענקייט, ווען פורים כטוב לב המלך ביין בעת משתה היין, אינמיטן די באקאנטע הייסע קאכעניש, ווען דער רבי ר' משה טייטלבוים איז געווען גאר ברוגז אויף אים, האט אים דער ברך משה אנגערופן, א "פּגום". סאטמארער רבי האט גלייכצייטיג א צייג געטאן אויף זיין העמדל און זיך אויפגעמאכט אז ער האט אליינס געזעהן די מוטער פון ר' אברהם איז אויך אזוי געגאנגען בפריצות און אויסגעלאסן, (צו זאגן, דו בנו של פשוט טראץ ביסט א ת"ח ווי קומסטו צו זאגן דא פאר אונז דעות - אייניקלעך פון ישמח משה, וואס עס איז מקובל אז דער ישמח משה האט געזאגט אז אכצען דורות זענען שוין די משפחה קדושים וטהורים, - אויף דעם וואס ער האט ארוס גערעדט אנטגעגין דעם קרית יואל פאבליק סקול).

הצדיק ר' מאטעלע וויזניצער שליט"א, דערציילט אז ער געדענקט דעם פאטער פון ר' אברהם אין דער שטאט גראסווארדיין. ער איז געווען אן ערליכער איד און פלעגט הויך שרייען "יהא שמיה רבה".

צווישען קראנטע רבנים, איז געווען באקאנט אז אויף ר' אברהם האט מען זיך געקענט פארלאזן אויף גאר האקעלע שאלות, - איין משל, אויף די שאלה צו חתונה האבען מיט מינקת חבירו, וואס עפ"י הלכה דארף מען ווארטן 2 יאהר, כ"ד חודש, אויב וועגען סיבות וויל מען חתונה האבען פריער, דארף מען האבען רשות פון גדולי הדור. צווישען גדולי הרבנים, האט מען גערעכנט ר' אברהם'ן פון די גדולי הדור, אז ער איז געווען א בר סמכא צו ענטפערען אויף די דאזיגע שאלה, וואס אנדערע רבנים האבען מורא, האבן זיי געשיקט צו ר' אברהם. אבער זיינע חידים צייגן אן אז ער איז געווען דער גרסעטער פוסק ביי די לאבין עגונה פרשה.

מיט זיין שטארקן קנאות האט ער געהאט אויפגערעגט אסאך אידן, איבערהויפט מיט זיין עקשנות'דיגן קאמף קעגן דעם קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער ר' אברהם האט זיך נישט געשראקן, אזוי ווי עס שטייט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה. זיינע קינדער האבן גאר שטארק געהיטן אויף אים ווייל ער האט געכאפט אמאל א נערווען בראך און האבן אים נישט געלאזט קעמפן, עס איז זיי נישט געלונגען אייביג אים צוריקצוהאלטן, ווי למשל ער האט געגעבן עפנטליכע שטיצע פאר אלע פעולות פון נטורי קרתא אבער ווען די וועלט האט געשריגן איז נישט געווען פון אים קיין צעטל אהער אדער אהין, ווי למשל די פרט פון זייער זיך צו טרעפן מיט אראפאט און אראבישע טעראריסטן, וואס ער האט געהייסן בעל פה, אדער די מוחאות און פארשעמונגען קעגן הרב שטיינמאן וואס ער האט געהייסן בעל פה אבער נישט בכתב[פֿעלט אַ מקור].

ער איז געשטארבן י"ז חשוון ה'תשס"ח, און ער ליגט באגראבן אין דעם מאנטעוועדא'ער חלקה, וואס איז אינקארפארירט אין דעם בני יואל בית הקברות אין מאנרא ניו יארק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 01:11 לינק ישיר 


און ער האט עם ארויס געווארפן שנת תשכ"ה פון התאחדות הרבנים אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 00:45 לינק ישיר 

די אינגע עולם ווייסט נישט ווער ער איז, מ'גדענקט נאר מ''ט שערי טומאה.

הרה''ג אברהם לייטנער זי''ע איז געווען א ראש ישיבה ביי רביה''ק ישיבה(אין די געזינטע יארן), ער האט געזאגט אויף אים אז ער האט סייעתא דשמיא אין הוראה.

ס'וואלט געווען א גוטע זאך אז איינער זאל באשרייבן די קירבה פון ר' יוסף צבי דשינסקי זצ''ל צום רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואו קען מען שאפן הרב לייטנער'ס ספר ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext