בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: "חברה שומרים" געגרינדעט געווארן אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2011 11:43 לינק ישיר 
ברעיקינג: "חברה שומרים" געגרינדעט געווארן אין קרית יואל


בעזהשי"ת

אין די איצטיגע טעג ווערט געגרינדעט א 'חברה שומרים' אין קרית יואל, א שטייגער ווי אין אנדערע חרדישע געגענט'ער, א שטאב פון היימישע אינגעלייט וועלן פאטראלירן די גאסן אין לויף פון די נאכט שטונדן, און האלטן א וואכזאם אויג איבער פארדעכטיגטע באוועגונגען איבער'ן שטאט.
דער שטאט קרית יואל האט זיך ב"ה שטארק צו וואקסן, און עס איז לעצטענ'ס געזעהן געווארן אן אויפשטייג פון איבערפעלער, ווען אומגעוואונטשענע עלעמענטן זענען אריינגעקומען אין שטאט, אטאקירט אינגעלייט, פרויען און קינדער, אוועקגערויבט פארמעגענ'ס, נאכגעשריגען איינוואוינער, און געשטעלט די איינוואוינער אין א געפאר. און די וואך איז געפינען געווארן א אומאויפגעריסענע פייפ-באמבע וועלכע איז אנגעבליך ארויסגעווארפן געווארן דורך א פארבייפארענדע קאר.
דעריבער ווערט אין די איצטיגע טעג געגרינדעט א זעלבסטשטענדיגע נייטראלע ארגאניזאציע 'שומרים קאמיונעטי וואטש" וועלכע וועלן פאטראלירן די גאסן אין קרית יואל און לויף פון די נאכט שטונדן דורך אחריות'ידיגע 'שומרים וואלונטירן', וואס וועלן ריספאנדן צו עמוירדזשענסי רופן, פון יעדן איינאוואוינער צוגלייך.
א העכסט סאפעסטיקירטע דיספעטשינג סיסטעם ווערט אין די איצטיגע טעג אהערגעשטעלט, ווי די הילפ'ס רופן פון תושבי קרית יואל וועלן געענטפערט ווערן מיט פראפעסיאנאליזם און איבערגעגעבענקייט.
א 'שומרים האט-ליין נומער וועט פארעפענטליכט ווערן די קומענדיגע וואך אי"ה, אצינד איז ארויסגעשטעלט געווארן א צייטווייליגער נומער, ווי סיי וועלכע תושב אין קרית יואל, און אין די אומגעגענט וועלכע זענען פאראינטערסירט אנטייל צו נעמען, און דער ארגאניזאציע און דינען אלס א מיטגליד קענען אריינרופן און איבערלאזן זייער אינפארמאציע, און יעדער וועט צוריקגערופן ווערן אין די באשטימטע צייט.
אויך קען מען איבערלאזן אויף דעם נומער עצות, הערות, קאמענטארן, און פארשלאגען, א.ד.ג.

845-987-4763
אדער קענט איר אימעילן צו: [email protected]

שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה!



תוקן על ידי חזקה ב- 18/11/2011 11:48:15




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 11:48 לינק ישיר 

א געוואלדיגע זאך ב״ה איך ווינטש זיי אסאך הצלחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 12:40 לינק ישיר 

http://www.aneias.com/3996



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2011 19:29 לינק ישיר 

עודך כי עניתנו.... What are their intentions?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: "חברה שומרים" געגרינדעט געווארן אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext