בית פורומים אידישע געדאנק

שאקינג: אהרונים לייגן טעראר אויף הגאון ר' מיכל זילבער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2011 23:00 לינק ישיר 
שאקינג: אהרונים לייגן טעראר אויף הגאון ר' מיכל זילבער

די אהרונים האבן די טעג א פרישע טעראר ציל, און דאסמאל הגאון הגדול ר' מיכל זילבער שליט"א. ‎​
 
ווי באקאנט האט לייבוש טייטלבוים פאבריצירט א געשיכטע אז ר' מיכל זילבער איז געפאלן פאר התפעלות פון דעם דזשיגאן ע"ה אהרן טייטלבוים, און געזאגט אז ר' זלמן לייב קען קוים אלף בית (..). די אהרונים, וועלכע האבן די מעשה אפגעקויפט מיט א תמימות, האבן זיך געגעבן א כאפ ארויף אז ס'דא א פרישער אהרוני אויפן מארקעט, ה"ה ר' מיכל זילבער. זענען זיי אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה, מ'וועט אויפשטעלן דעם גאון וגדול ר' מיכל רעדן פאליטיק ביים כ"א כסליו דינער. יא איר הערט גוט. ר' מיכל זילבער זאל רעדן פאליטיק. ער זאל פארציילן פאר די שטוהרן אז ר' אהרן איז א ת"ח און ר' זלמן לייב א עם הארץ. ‎​
 
די חלה דעקלעך האבן גלייך אריבערגעשיקט א חשוב'ע דעלעגאציע צו ר' מיכל, און אים געלאדענט צום דינער רעדן בשבחו פון אהרן און בגנות ר' זלמן לייב. ר' מיכל האט די דעלעגאציע ארויסגעווארפן פון שטוב, זאגענדיג אז זיי האבן די נישט ריכטיגע אדרעס און זיי זאלן גיין זיכן אנדערע מחרחרי ריב. די אהרונים האבן אבער דערווייל נישט אויפגעגעבן, און לויט ווי עס קומט קראנטע ידיעות האבן זיך די אהרונים ארויסגעלאזט אין א מאסיווע טעראר קאמפיין אויף ר' מיכל אז ער מוז קומען רעדן ביים דינער, און אויב נישט וועלן זיי פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז ער איז גארנישט דער "כלל ישראל'ס מגיד שיעור" מיט וואס זיי האבן אים באקרוינט. ‎​
 
דערווייל האט זיך ר' מיכל נישט געבראכן צום טעראר פון די אהרונים. וועל מיר זען ווער עס וועט אויספירן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2011 05:45 לינק ישיר 

ווער איז ר' מיכל זילבער?? און וואס איז אויב ער רעדט??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 19:59 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי זייער טעראר אפאראט האט געארבעט. דער גאון ר' מיכל זילבער שליט"א גייט אויפטרעטן ביי זייער דינער אלס נועם הכבוד. יעצט דארפן זיי נאך ארבעטן אויף אים ער זאל רעדן בשבחו פון דזשיגאן און בגנות פונעם קליינעם ברודער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 22:22 לינק ישיר 

גייט דער שינעווער רבי שליט"א נאך אמאל זיין ביי זדי אלי'ס נואם הכובד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2011 00:21 לינק ישיר 

פרעג זיינע קינדער. זיי האבן דאך אים ליב צו מבזה זיין מיטן ארויסגעבן די צעטליך "נא לקצר".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2011 00:45 לינק ישיר 

איך בין צומישט. אין איין אשכול איז ער א גאון. און אין די צווייטע א ציוני. פארגליכטס ענק ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2011 01:16 לינק ישיר 

זיין גאונות איז נישט אין קאנטראסט צו זיין ציונות. הגאון ר' חיים קניבסקי איז א גאון טראץ דעם וואס בדעה איז ער א אגודאי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2011 18:13 לינק ישיר 

איך זעה נישט וואס די ביג דיל איז דא, ער טאר נישט מסכים זיין צו רעדן ביי די ארונים? פארוואס רוישט מען אויף זאכן אין די וועלט אריין?..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2011 19:32 לינק ישיר 

בדרך אגב, וואו קען מען הערן די שיעורים פון הרה"ג ר' מיכל זילבער שליט"א, צו קען מען עס הערן אויף קול הלשון? קול דודי? וכו'. אדער דוקא נאר אויף סי.די. וכדו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2011 04:31 לינק ישיר 

ווער איז ר' מיכל זילבער? אגב איז אמת אז ר' טודרוס זילבער וועט רעדן אין וויליאמסבורג ארמארי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאקינג: אהרונים לייגן טעראר אויף הגאון ר' מיכל זילבער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext