בית פורומים מלכות סאטמאר

טויזנטער חסידי סאטמאר פרייען זיך בשמחת רבינו מוצש"ק חיי שרה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2011 05:33 לינק ישיר 
טויזנטער חסידי סאטמאר פרייען זיך בשמחת רבינו מוצש"ק חיי שרה

מיט פריידיגע געפילן האבן טויזענטער סאטמארער חסידים זיך באטייליגט ביי דעם שמחת התנאים אין בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג, פון דעם ערשטן אייניקל פון כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, צום ערשט זענען אריינגעקומען דער חתן הרב חיים צבי שליט"א, די מחותנים און די זיידעס הרבנים שליט"א און שוין דאן האט מען געזעהן אז די שמחה נעמט איבער דעם ציבור
דער עקסטאז ווען דער רבי איז אריינגעקומען איז געשטיגן צו די העכסטע נומערן, ווען דער עולם האט מיט אינערליכע פרייד מקבל געווען פני רבינו שליט"א צו די געהויבענע שמחה, "דער רבי זאל לעבן א מזל טוב" האט זיך ארויסגעזונגען פון די אינערליכע פרייליכע געפילן
דערנאך האט דער רבי אויפגענומען די רבנים, די געהויבענע זיידעס המחותנים, און קרובי המשפחה, און זיך געוואשן צו סעודת מלוה מלכה, מען האט געזונגען אתקינו סעודתא, און דערנאך געברענגט דעם שטר תנאים און דער רבי האט מכבד געווען דעם סיגעיט'ער רב שליט"א צו לייענען די כתובה, און ער האט צוריק מכבד געווען רבינו שליט"א, ביז למעשה האט דער סיגעיט'ער רב שליט"א געלייענט די כתובה, דערנאך האט מען בשטומ"צ געבראכן טעלער, און דער עולם האט אויסגעבראכן אין א הילכיגן געזאנג, סימן טוב ומזל טוב מיט דעם ניגון הידוע, וואס איז נתחבר געווארן לכבוד די גרויסע חתונה חשון תשע"ב, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיטן חתן והרבנים שליט"א, אינמיטן טאנצן האט ערשיינט א גרויסער גאסט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און די ריקודין זענען געווען בקול צהלה ורנה
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ ר' יושע ראזענבערגער שליט"א חבר הביד"ץ אין ירושלים אב"ד קרית רמ"א בית שמש, דער זיידע פונעם חתן, וועלכער האט ארויסגעברענגט א שבח והודי' להשי"ת אויף די געוואלדיגע שמחה, און מעורר געווען דעם זכות פון די אבוה"ק וועלכע זענען זיך משתתף מיט די שמחה און עס ווערט א שמחה אויבן אין הימל, און אויסגעפירט מיט א ברכה פאר רבינו שליט"א אז ימים על ימי מלך תוסיף מתוך שמחה ונחת, און אלע מחותנים שמחה וכל טוב
דערנאך האט משמיע געווען מאמרותיו דער זיידע פון די כלה הגה"צ מסיגעיט שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט זיינע טיפע הרגשים צו די געוואלדיגע שמחה און צו דעם געהויבענעם שידוך און געזאגט אז מען זעהט דעם כח פון ווי עס קומט ארויס אזא חתן מיט אזעלכע געהויבענע זיידעס, 
דאן האט א שטילקייט באהערשט ווען רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, און האט אוייסגעפירט מיט א שבח והודי' להשי"ת אז עד הנה עזרוני ואל יטשנו לנצח, און דערביי געזאגט אז טראצדעם וואס חינוך פאנגט זיך אן אינדערהיים ביי די עלטערן, אבער אנדעם וואס די מחנכים ומחנכות אין די מוסדות הק' וועלכע גייען אויף דעם אויסגעטרעטענעם וועג וואס רביה"ק זי"ע האט אראפגעשטעלט, איז דאס נישט מעגליך, דערפאר ליגט אויף אים א עקעסטערן חוב אויסצודריקן א יישר כח פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש אז די חתן כלה זענען בליעה"ר אזוי אויסגעוואקסן, און געווינטשן צו קענען ווייטער משפיע זיין אויף די עדרי צאן קדשים, און אין דעם זכות זעהן נחת ביי זייערע קינדער, דער רבי האט אויסגעפירט מיט א ברכה פאר חתן וכלה צו קענען בויען א הייליגע שטוב בדרכי אבוה"ק און ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט, און א ברכה פאר אלע מחותנים און זיידעס וכל הקהל הקודש אלע משתתפים ביי די שמחה צו זעהן תענוג ונחת דקדושה ביי זייערע קינדער, ביז מען וועט זוכה זיין צו עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן
נאכדעם האט דער חתן שליט"א געזאגט דעם פשעטיל, און כנהוג האט מען אריינגעזיגען, דאן האט דער רבי ווידעראמאל זיך אויפגעשטעלט טאנצן, וואס האט איינגעהילט דעם ציבור אין א פרישע שמחה דקדושה זיך פרייענדיג מיט די הייליגע שמחה בבית צדיק כתמר, באגלייט מיט א תפלה אז עוד ינובון דשנים ורעננים און דער רבי זאל זוכה זיין צו אסאך נחת דקדושה און ווייטער אונז קענען פירן על מי מנוחות עד ביאת הגואל
עס איז געווען מערקבאר די באטייליגונג פון די צענדליגער רבנים ומורי צדק וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביי די שמחה, ובתוכם כ"ק הגה"צ הראב"ד שליט"א, הגאוה"צ חבי הביד"ץ רבי יקותיאל יהודה פילאפף שליט"א, אבד"ק פאיע שליט"א, דומ"ץ בארא פארק שליט"א, דומ"ץ מאנטריאל שליט"א, דומ"ץ סאוט 8 שליט"א, אדמו"ר מתולדות אהרן, ספינקא בית יצחק שליט"א, קראלי, באטור, ועוד
ויה"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל
נ.ב. ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך אראפצולייגן אלעס ווי עס איז געווען, נאר מיר געבן איבער כפי שידינו מגעת



תוקן על ידי ישמאלכץ ב- 21/11/2011 05:36:02




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2021 00:20 לינק ישיר 

קראתי ספר של יחזקאל הרפנס ז"ל המתאר את חייו במחנות ההשמדה באושוויץ ועוד , הספר נקרא בכף הקלע, אינו מתאים לילדים, הספר כתוב באופן מיוחד עם תיאור פרטני של החיים בצל המוות , החל מהידיעות שיחזקאל קיבל שהנצים עומדים להגיע לעיירה בה התגוררו היהודים כולל מעשי הנאצים ימח שמם כיצד רצחו את ילדיו ועוד עד אשר הוא זכה לצאת לחיים. ספר קשוח מאוד עם תיאורים הגורמים לך להרגיש כמעט שאתה שם. הספר המחיש לי כמה אנו צריכים לייקר את חיילי צה"ל וכוחות הביטחון ה' ישמרם ויגן בעדם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > מלכות סאטמאר > טויזנטער חסידי סאטמאר פרייען זיך בשמחת רבינו מוצש"ק חיי שרה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext