בית פורומים כל העולם כולו

רבינו שליט"א בארצינו הקדושה חורף תשע"ב לפ"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2011 00:38 לינק ישיר 
רבינו שליט"א בארצינו הקדושה חורף תשע"ב לפ"ק

ווי עס הייסט יעצט וועט רבינו שליט"א פארן קיין ארץ ישראל פאר 10 טעג, לכבוד די חתונה פון הגאון רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק.

די וואף פון פרשת משפטים, שבת שקלים

יהא בואו לברכה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 01:39 לינק ישיר 

'המסע המרומם' החל • האדמו"ר מסאטמאר המריא לארה"ק

האדמו"ר מסאטמאר המריא בדקות האחרונות משדה התעופה קנדי וינחת בישראל בשעות הקרובות, צפו בקרית סאטמאר בבני ברק המקושטת

אלי בן דוד | 23:55 | כ׳ בשבט תשע״ב

מסעו של כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארה"ק החל, גולש JDN תפס את האדמו"ר בתפילת מנחה בשדה התעופה קנדי, ותיעד.

קרא עוד:

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר צפוי לעלות בדקות הקרובות על מטוס מחברת קונטיננטל, איתה יפליג לישראל, כאן צפוי לנחות בשעות הבוקר המוקדמות בשדה התעופה בן גוריון בלוד, שם יתקבל בברכה על ידי בנו הגה"צ רבי מנחם מנדל טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שכבר הקדים את בואו לפני כארבעה ימים, ואיתו עמו ראשי הנהלת המוסדות בארה"ק, משם יסע האדמו"ר בשיירת רכבים מכובדת לעבר העיר 'סביון' שם ישהה באחד מהווילות המפוארות למנוחה קצרה מטלטולי הדרך.

בשעה 16:00 יופיע בהדרת כבוד בשערי קרית סאטמאר בבני ברק, שם תערך לו מסיבת קבלת פנים המונית בהיכל בית המדרש הגדול בקריה, משם ימשיך האדמו"ר להשתתף בשמחת החתונה בבית אחיינו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר שליט"א.

בבני ברק נשלמו בשעות האחרונות ההכנות האחרונות לקראת הביקור מנורות ושלטין ניתלו בחוצות הקריה וסביבותיה לכבוד בואו של האדמו"ר ולכבוד השמחה בחצר המלוכה.

צפו: האדמו"ר בתפילת מנחה בשדה התעופה לפני דקות אחדות:
מנחה בשדה תעופה (1)

מבואות קרית סאטמאר בבני ברק מקושטות בשלטים ובשערים, צילום: א. ברוכמן

קרית סאטמאר מקושטת (42)
קרית סאטמאר מקושטת (40)


קרית סאטמאר מקושטת (41)
קרית סאטמאר מקושטת (34)

קרית סאטמאר מקושטת (30)



קרית סאטמאר מקושטת (11)

קרית סאטמאר מקושטת (28)
קרית סאטמאר מקושטת (26)

קרית סאטמאר מקושטת (44)
קרית סאטמאר מקושטת (45)

קרית סאטמאר מקושטת (48)
קרית סאטמאר מקושטת (3)



קרית סאטמאר מקושטת (10)

קרית סאטמאר מקושטת (7)


קרית סאטמאר מקושטת (5)

קרית סאטמאר מקושטת (12)


קרית סאטמאר מקושטת (15)

קרית סאטמאר מקושטת (17)
קרית סאטמאר מקושטת (18)
קרית סאטמאר מקושטת (19)
קרית סאטמאר מקושטת (20)

קרית סאטמאר מקושטת (22)
קרית סאטמאר מקושטת (23)

קרית סאטמאר מקושטת (25)

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2012 00:06 לינק ישיר 

 

יהדות החרדית הצרופה אין ארה"ק ערווארטן בחרדת קודש ובהתרגשות עילאה כ"ק מרן רבינו שליט"א

אין די איצטיגע טעג הערשט א געהויבענעם שטימונג ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק תו"ב, וועלכע זענען איינגעהילט אין א אויסערגעווענליכע התרגשות און חדוה דקדושה גרייטנדיג זיך בהכנה דרבה צום ערווארטעטע טאג ווען מ'וועט האבן די זכי' מלך ביפיו תחזינה עינינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן און וועט בהדרת קדשו מפאר זיין די גרויסע "סאטמארער חתונה" הממשמש ובא לטובה ולברכה.

 

דער רבי שליט"א וועט קומען צופארן מיט א גרויסע צאל נגידים און נדיבים בעם וועלכע זענען די עמודי התווך פון מוסדות יטב לב בארה"ק און שטייען צו הילף פאר'ן עקזיסטענץ פון די פארצווייגטע מוסדות אין ארץ ישראל, וואס אצינד אין דעם געלעגנהייט וועלן זיי האבן די זכי' צו זעהן מיט הנאה און קורת רוח דקדושה וואספארא ערליכע תורה פעסטונגען און הייליגע חינוך פארמאגט אט די הייליגע מוסדות, און אוודאי געוויס וועט דאס פאר זיי געבן א ווארימקייט אויף ווייטער צו שטיצן די הייליגע מסדות יטב לב מיט א יד רחבה ורוח נדיבה, אזויווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט פארגאנגענעם מוצאי שב"ק ביים מסיבה פון כולל עצי חיים אז די תכלית פון די נסיעה איז נאר צו מחזק די מוסדות און אנווארעמען די תומכי המוסדות אויף ווייטער.

 

אין לויף פון די געהויבענע באזוך איז ערווארטעט שיינע און באזונדערע געשעהנישן וואס יעדע איז א ספעציעלע שמחה און יו"ט פאר זיך, און האפנטליך וועט דאס בלייבן איינגעקריצט ביים ציבור תלמידים און חסידים און עס וועט איבערלאזן א רישומא קדישא אויף א לאנגע צייט.

 

ראשון למקראי קודש איז די גרויסארטיגע "שמחת הנישואין" וואו עס וועלן גיין אונטער די חופה בשעטו"מ החתן המופלג פרצע"ח הרב חנני' יו"ט ליפא מייזליש שליט"א זוהן פון הגה"צ פאר מקדושים רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט, עב"ג הכלה המהוללה בת קדושים מרת נחמה פערל שתחי' טאכטער פון הגה"צ שלשלת היוחסין רבי יצחק דוד הורוביץ שליט"א אבד"ק ראצפערט-בראזיל. 

 

די חתונה האט א באזונדערן באדייט ביי אנ"ש אין ב"ב האבנדי'ג די זכי' זיך מיטצופרייען אין די שמחת הנישואין בביתו נאוה פון דער באליבטער ראש ישיבה שליט"א וועלכער איז נפשם קשורה בנפשו בעבותות אהבה, ער זארגט פאר יעדן כלל ופרט ברוחניות ובגשמיות מיט אַ געוואלדיגע געטריישאפט, און ער איז משפיע חיות דקדושה פאר'ן גאנצן ציבור גרויס און קליין.

 

די שמחת נישואין וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן בקול רינה והמון חוגג קומענדיגן דינסטאג פרשת משפטים כ"א שבט הבעל"ט, אנגעהויבן מיטן קבלת פנים פאר'ן חתן וואס וועט פארקומען אינעם גרויסן ביהמ"ד אין שיכון קרית יואל, און דערנאך די געהויבענע מעמד החופה אינעם צענטער פונעם שיכון, און אזוי ווייטער די סעודת החתונה און דערנאך די ריקודין של מצוה און הייליגע מצוה טאנץ פונעם רבי'ן שליט"א מיט די חשוב'ע מחותנים שליט"א וועלכע וועלן פארקומען אינעם ריזן זאל "גני האצולה" אין פתח תקוה יצ"ו.

 

נאכדעם איז ערווארטעט די גרויסע "שבת שבע ברכות - שבת שקלים" במחיצתו פון מרן רבינו שליט"א, די שב"ק אנטשפרעכט צו זיין לעכטיג און געהויבן נועם הנשמות און עונג הרוחות, ביי אנשי שלומינו איז דאך באקאנט די שבת שקלים אלס ספעציעל געהויבענע שבת בצל הקודש, איז אצינד וועט דאס האבן א באזונדערע העכערע באדייט.

 

מוצאי שב"ק וועט אי"ה נאכפאלגן די פייערליכע "חגיגת הכנסת ספר תורה" וועלכע איז געשריבן געווארן דורך די בני הקהילה אין ב"ב לטובת נשמתו הבהיר פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, און עס וועט אריינגעגעבן ווערן אין די ביהמ"ד הגדול אין שיכון בקול רינה והמון חוגג, בראשות דעם רבי'ן שליט"א.

 

נאך די הכנסת ס"ת וועט אפגעראכטן ווערן א עלעגאנטע שבע ברכות און סעודת מלוה דמלכא וועלכע וועט דינען אלס מסיבת קבלת פנים און הכרת הטוב ספעציעל פאר די חשוב'ע געסט נגידים און נדיבים שליט"א תומכי המוסדות פון אויסלאנד.

 

גלייך נאך שבת וועלן נמשך ווערן די שיינע מאורעות אנגעהויבן פון זונטאג צופרי נאכ'ן דאווענען ווען דער רבי שליט"א וועט מחנך זיין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אין שיכון וואו עס איז נארוואס פארטיג געווארן די נייע פראכטפולע "היכל התורה משה אריה" לטו"נ הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים וועלכע איז נתנדב געווארן דורך זיינע געטרייע תלמידים הני תרי צנתרי דדהבא הרבני הנכבד מוה"ר אליעזר ווייס שליט"א מראה"ק אין קרית יואל, און זיין שוואגער הרבני הנכבד מוה"ר גרשון מענדל ניימאן שליט"א.

 

דערנאך אין די אוונט שעות וועט פארקומען די היסטארישע מסיבה "מעמד יובל השישים" ווי עס וועט ווערן אפגעצייכנט זעכציג יאהר פון די גרינדונג פון מוסדות סאטמאר אין ב"ב דורך כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין שנת תשי"ב ביי זיין געהויבענע באזוך אין ארה"ק.

 

די מעמד וועט פארקומען אין א ספעציעל עלעגאנטן זאל רויאל-גארדן אין פתח תקוה יצ"ו מיט די באטייליגונג פון די ציבור תלמידים ידידים און אוהדים וועלכע זענען תומך די מוסדות הק', ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א וועלכע וועט באשיינען דעם מעמד און וועט משמיע זיין מדברותיו הק' לכבוד המאורע.

 

די קלימאקס פונעם רבי'ן שליט"א'ס באזוך וועט אי"ה זיין דינסטאג ביי די הייליגע "נסיעה למקומות הקדושים" אויף די קברי התנאים האמוראים און קדושי עליון וועלכע זענען אין גליל, די ציבור וועט מיטהאלטן די עבודת הקודש און הייליגע תפילות אויף די ציונים הק'.

 

אלס פאסיגע נעילת החג פון אזאלעכע פולע געהויבענע טעג וועט זיכער זיין דינסטאג אוונט ביים "שולחן הטהור אין מירון" וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן לרגל די הילולא רבא פון מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע, וואס דערמיט וועט זיך שליסן די ימים טובים בצל הקודש.  

 

אצינד אין די וואכן ביז די ערווארטעטע טאג הערשט א רוחניות'דיגע גייסט פון הכנה דרבה לקראת די באזוך פונעם רבי'ן שליט"א, די בחורי חמד און ילדי התשב"ר זענען מקדיש סדרי לימוד התורה ברציפות ובתענית דיבור במשך צענדליגע שעות אלס פאסיגע מתנה פאר'ן רבי'ן שליט"א, אזוי אויך וועלן א טייל פון די מצויינים אין די ישיבה וועלכע זענען פון די משכימי קום לעבודת הבורא וועלן האבן די זכי' צו דאווענען מיטן רב'ין שליט"א די ערטשע תפילת שחרית ביים אנקומען אין ארה"ק.

 

גלייכצייטיג אין די בית חינוך לבנות הערשט אויך א שטארקע התעוררות זיך צו מחזק זיין אין עניני צניעות וכדומה לקראת די גרויסע טעג ווען מ'וועט האבן דעם נשיא אלוקים בתוכינו.

 

די ציבור תלמידים וחסידים נאמנים קוקן ארויס מיט גרויס האפענונג אז די באזוך פון רבי'ן שליט"א און די שמחה הרוממה זאל געקרוינט ווערן מיט כבוד און ערפאלג כראוי וכיאות לכבודו של מלך מאן מלכי רבנן, אַ שטאב פון ענערגישע עסקנים זיצן שוין וואכן לאנג אויסצוארבעטן פונקטליך אלע דעטאלן פון די שמחה.

 

אין די לעצטע טעג ווערן די ארבעט'ס איינגעטיילט געווארן צוווישן די עסקנים ווען יעדע קבוצה זארגט צו פארענדיגן זיין תפקיד אינעם עבודת הקודש, איין אפטיילונג באנעמט זיך מיטן אויפשטעל און אויסשטעל פונעם גיגאנטישן זאל פון די חתונה, א אנדערע אפטיילונג גיבט זיך אפ מיטן אויסשטעלן די מעמד החופה, א באזונדערע אפטיילונג זענען פארנומען מיט די מייסטער-ווערק ארבעט צו באצירן די ביהמ"ד און די שיכון ברוב פאר והדר כי חג ה' לנו, אזוי אויך זענען די רשמי רשוותא פארטהון צו פארענדיגן די ספעציעל גרויסע אויסגאבע פונעם רייכפולן גליון "קול התאחדותינו" וועלכע וועט ערשיינען לכבוד די שבת שבע ברכות.

 

אויף קומענדיגן זונטאג אוונט איז פאררופן געווארן א אסיפת עסקנים כללית וואו עס וועט אויף א ארגאניזירטן אופן אויסגעטיילט ווערן פונקטליכע תפקידים פאר אלע איבערגעגעבענע עסקנים אויסגעשטעלט מיט ראשי עסקנים אויף יעדן קבוצה און קבוצה וועלכע וועלן זארגן איש על מחנהו ועל דגלו אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט.

 

-צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל-

 • 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2012 19:08 לינק ישיר 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2011 04:36 לינק ישיר 

אנ"ש בארה"ק אין שפּאַנונג צום "מסע המרומם" פון כ"ק מרן רבינו שליט"א

אנשי שלומינו ובני קהלתינו אין ארה"ק זענען די טעג אין טיפן שפּאַנונג, גרייטנדיג זיך מיט א רגש דקדושה ושמחה עילאה מקבל פּנים צו זיין פּני מרן הגה"ק שליט"א וואָס וועט אי"ה קומענדיגן סוף חודש שבט באַזוכן אין ארה"ק, מחזק צו זיין די שרידים אשר ה' קורא אליהם, ובפרט משפּיע צו זיין אויף עדת צאן מרעיתו, תלמידי וחסידי סאַטמאַר וואָס וועלן אי"ה שעפּן פון דעם באַזוך הויפענס מיט חיזוק און השפּעה.

 

טראָץ וואָס עס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס דער רבי שליט"א נעמט אונטער א נסיעה קיין ארה"ק דאָך רופט יעדע נסיעה עקסטער אַרויס א געוואַלדיגן התרוממות הנפש וחדוה עילאה ביים אָרטיגן ציבור אנ"ש, און טאַקע נאָכ'ן שפּירן און מיטהאַלטן דעם טעם העליון פון די געהויבענע ביז-איצטיגע באַזוכן פון רבי'ן שליט"א, וואָס האָט אַלץ אַריינגעברענגט אַזויפיל הויפענס מיט חיזוק אין אינספיראציע ביים ציבור, איז דער ציבור נאָך מער דאָרשטיג און קוקט אַרויס בכליון עינים מתי יבא לידי צו קענען ווידעראַמאָל טועם זיין מנופת צוף וכל טעם פון אַזעלכע געהויבענע טעג מלא חיזוק והתרוממות הנפש.

 

דער רבי שליט"א קומט צו פאָרן לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א, בנו יקירו פון הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פּ שליט"א ונכד מרן רבינו הגה"ק זי"ע בעל ברך משה, וועלכער וועט קומענדיגן חודש שבט הבעל"ט פירן אונטער די חופּה בנו החתן בנש"ק הרב ליפא נ"י עב"ג הכלה תחי' .

 

התחזקת המוסדות

די איצטיגע נסיעה פון רבי'ן שליט"א ווערט אונטערגענומען אין א צייט ווען די מוסדותינו הק' אין ארה"ק, אין ירושלים און אין בני ברק, געפונען זיך ליידער אין א גאָר שווערן גשמיות'דיגן מצב. שוין עטליכע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס די מוסדות הק' פּלאָגן זיך מיט אויסטערלישע שוועריקייטן, און טאָג-נאָך-טאָג מוטשעט מען זיך צו דעקן די גרויסע הוצאות סיי פון די לויפענדע הוצאות, און סיי פון די שווערע חובות אין וואָס די מוסדות הק' זענען ליידער פאַרזונקן.

 

צוליב דעם שווערן מצב פון די הייליגע מוסדות האָט דער רבי שליט"א באַשלאָסן דאָס מאָל צוצולאזן דורכצופירן די נסיעה אויף א מער ברייטערן פאַרנעם, און אַנדערש ווי די ביז-איצטיגע נסיעות, ווערן ספּעציעל איינגעלאַדענט א ענגע קבוצה פון באַרימטע נדיבי לב, פילאַנטראָפּן און נגידים, וואָס וועלן האָבן די זעלטענע געלעגענגעהייט און זכי' מיטצובאגלייטן דעם רבי'ן שליט"א אויף א שיינעם טייל פון די געהויבענע נסיעה.

 

אַלע פּרטים פון די געהויבענע נסיעה ווערן אויסגעאַרבעט דורך די געטרייע חברי הנהלת המוסדות פון ניו יאָרק, צוזאַמען מיט די אישי הציבור חברי הנהלת המוסדות אין ארה"ק, וועלכע אַרבעטן האַנט-ביי-האַנט אויסצואַרבעטן די פּונקטליכע פּרטים פון די געהויבענע נסיעה.

 

אין די טעג זענען שוין אַרויסגעשיקט געוואָרן ספּעציעלע הזמנות צו די נדיבי לב פונעם ברייטן קרייז תלמידי וחסידי סאַטמאַר איבער דער גרעיטאָר ניו יאָרק, מיטצוהאַלטן די געהויבענע ימי ביקור צוזאַמען מיט'ן רבי'ן שליט"א אין ארה"ק, ביי וועלכן די נגידי לב וועלן בעזהשי"ת מיטלעבן גאָר גייסטרייכע טעג וואָס וועט זיין א זעלטענע איבערלעבעניש פאַר יעדן וואָס וועט דאָס נאָר  מיטהאַלטן.

 

די ערשטע טעג פון דעם מסע המרומם וועט זיין מיוחד דירעקט פאַר'ן ציבור חסידי סאַטמאַר אין ארה"ק, און די נסיעה לאורחים המיוחדים, אילי הון פונעם סאַטמאַרער ציבור, וועט זיך אָנהייבן סוף וואָך פּרשת משפּטים, מיטצוהאַלטן דעם געהויבענעם "שבת שקלים" און די טעג דערנאָך וואָס יעדן טאָג באַזונדער וועט זיין א עקסטערע געהויבענע און גייסרייכע איבערלעבעניש, מלא וגדוש מיט רייכע מאָמענטן וואָס וועט אויף לאַנג לאַנג געדענקט ווערן, ובפרט זיך נענטער צו באַקענען מיט'ן אור כי טוב וואָס שיינט אַרויס פון די הייליגע מוסדות אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק יצ"ו, מער פרטים וועלן אי"ה נאכפאלגן.

 

על פּי הגורל

כדי צו געבן די געהויבענע מעגליכקייט פאַר'ן ברייטן ציבור תלמידי וחסידי סאַטמאַר פון אומעטום צו האָבן א חלק אינעם ברייטן "החזקת המוסדות קאַמפּיין" וואָס דער רבי שליט"א האָט אונטערגענומען אויף די טעג, און כדי צו קענען האָבן די מעגליכקייט מיטצוהאַלטן די געהויבענע נסיעה, האט הנהלת מוסדות יטב לב פּראָקלאָמירט דעם גרויסאַרטיגן "נסיעה פּעקעדזש גורל" פאַר די מתנדבים בעם וואָס באַשטייערן זיך אַצינד מיט ספּעציעל-באַשטימטע סכומים להחזקת המוסדות.

 

דער זוכה בגורל וועט אי"ה באַקומען צוגעטיילט א פולקאָם-אויסגעצאָלטע נסיעה קיין ארה"ק מיט אַלע צוגעהערן, אָנגעהויבן פונעם מאָמענט וואָס מ'הייבט אָן זיך צו גרייטן צו די נסיעה, ביז צום מאָמענט ווען מען טרעפט זיך שוין צוריק אינדערהיים, און אַלעס אַלעס אינדערצווישן.

 

די אַלע וואָס וועלן זיך באַשטייערן מיט'ן סכום פון 180$ ספּעציעל "דמי נסיעה" להחזקת המוסדות, וועלן האָבן די געלעגענהייט אַריינצוגיין אין דעם רייכער גורל. אידן תלמידי וחסידי סאַטמאַר וואָס זענען אָנגעשלאָסן אינעם באַרימטן מפעל "החזקת מלמד" האָבן די געלעגענהייט אַריינצוגיין אינעם גורל פאַר'ן סכום פון בלויז 120$.

 

אין די  טעג וועלן די עסקנים הדגולים אי"ה אָנהייבן צו פאַרקויפן דעם גורל, און עס איז זיכער איז חסידי סאַטמאַר אומעטום וועלן שפּירן פאַר א זכי' קעגנצוקומען די הנהלת מוסדות יטב בארה"ק מיט גרעסערע סכומים, דערמיט צו געבן די מעגליכקייט אויסצופירן רצון קדשו פון רבי'ן שליט"א צו שאַפן אין די טעג פאַנטאַסטישע סכומים לטובת די הייליגע מוסדות.

 

-פתחו שערים ויבוא גוי צדיק-




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2011 04:35 לינק ישיר 

 

•·•·•·•·•·•





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2011 20:32 לינק ישיר 

בני ברק

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 20:31 לינק ישיר 

הנה מלכך בא!

אין די איצטיגע טעג איז ערהאלטן געווארן די פריילכע בשורה בקרב קהלתינו הק' אין שיכון קרית יואל – בני ברק, אז אנשי שלומינו ובני קהלתינו וועלן אי"ה האבן די זכי' אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה קומען צוגאסט אין די שטאט און מפאר זיין בראש פון די שמחה בבית הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א דעם קומענדיגן חודש שבט הבעל"ט.

 

די גענויע דעטאלן און טעג פון די נסיעה איז נאכנישט באשלאסן געווארן.

 

פרטים יבואו.

 

-בא יבוא ברנה- - ובני ציון יגילו במלכם-

• 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2011 02:40 לינק ישיר 

די רבי פארט אויף בני ברק צי אויף נארט בני ברק ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבינו שליט"א בארצינו הקדושה חורף תשע"ב לפ"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext