בית פורומים אידישע געדאנק

רעבעצין אייזעק אבראהאם'ס אייזקריעם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2011 18:26 לינק ישיר 
רעבעצין אייזעק אבראהאם'ס אייזקריעם

מיט בערך א יאר צוריק האט זיך געטון א איבערקערעניש אין וויליאמסבורג ווען א יוד אייזיק אבראהאם איז געלאפן קעגן הרב משה דוד נידערמאן ביי די היציגע וואלן אין וויליאמסבורג.
 
ער האט זיך געשוואוירן אז ער וועט געווינען ווייל ווי קען ער דען פארלירן ווען ער איז א ארוני, עס האט דאך נאכנישט פאסירט אין די היסטאריע אז א ארוני זאל פארלירן אפילו יעצט ביי די סאוט 8 שוהל האבן די ארונים אויך געווינען... גרויסע פלאקאטן און הויעכהילכערס האבן באלאגערט די גאסן, די טעלעפאנען האבן נישט אויפגעהערט נודזשען אז מען זאל שוין גיין שטימען פאר אייזיק אבראהאם, די שופר פון די דזשיגאן'ס האבן געיאמערט מיט גרויסע רויטע שרייעדיגע העדליינס אז יעדער איד וואס טראגט אויפן קאפ א זעקסטע הקפה קאפל מיז גיין שטימען ווייל אז נישט וועט חוקי תועבה אריינגיין אין קראפט נאך שנעלער ווי די חתונה תקנות, הקיצור די טאג איז אריבער, פארשטייט זיך אברהאם האט געווינען נאר מיט מער ווי העלפט שטימען ווי וואס נידערמאן האט באקומען, ער איז דאך נישט קיין לוזער אויב דריי טויזענט ספאנישע וואוטן פאר נידערמאן. היינט איז די "פוירסט לעדי" די רעבעצין פון די געווינער אבראהאם שוין ענדליך און די נייעס, ניין נישט אז ער האט ערלעדיגט דירות אדער פארקינג, נאר אז זיי האבן געטראפן א געלט אין א אייז קריעם.
 
http://www.brooklynpaper.com/stories/34/47/all_dimecream_2011_11_25_bk.html



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2011 19:11 לינק ישיר 

נאר נייגעריקקייט, ווער גיבט השגחה אויף די האקען דאאס אייז קריעם? איז דאס חלב ישראל? וועלעכע געשעפטען אין וויליאמסבורג פארקויפען דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 23:23 לינק ישיר 

איך האב אויך געהאט בדעה צו פרעגן וואס עס האט א שייכות, נאר זעהט אויס אז... עס הייבט זיך אן ביי א אייז קריעם און איך וויל נישט זאגן ווייטער....
 
קרעדיט: דזשיגאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 21:56 לינק ישיר 

הרב ספרינטער, וואסערע שייכות האט די קעכערס מאמע מיט אבראהאם'ס אייסקרים? קען זיין ווייל ביידע זאכן געשעען זייער זעלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 07:15 לינק ישיר 
באקומען אין אישי

עס גייט ארום א מעשה אז דער קעכער פון די כ"א כסלו סעודה ביי די ארונים איז געגאנגען מיט זיין מאמע צום לב אהרן, מיט א קוויטל אז די סעודה זאל זיך גוט אפקאכן, און די מאמע זיינע וועלכע געדענקט נאך ר' אהרן פון די אינגע יארן, רופט זיך אן צינעים: איך געדענק נאך דעם רבי'ן ווען מען האט אים גערופן אהר'לע, וואס מאן טאקע די אנדערע קינדער? וואס מאכט ליפא'לע? 
לבהרן: ב"ה ער אז היינט א רב מיט א שטיקל ביהמ"ד
קעכערסמאמע: אה, און וואס מאכט שלום אליעזר'ל?
לבהרן: ער האט א ביהמ"ד אין בארא פארק
קעכערסמאמע: און וואס מאכט זלמן לייב'עלע?
לבהרן: אה, ער איז גרעסער פון זיי, ער האט א ישיבה פון 800 בחורים
ומלאך ... בע"כ יענה אמן!
ווייסט איינער אין די אויטענטישקייט פון די מעשה? אזוי גייט עס ארום, און עס שטימט עפעס נישט מיטן לבאהרן'ס כאראקטער
(חוץ אויב ער שפירט זיך נישט גוט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2011 23:00 לינק ישיר 

די הכשר ליגט אין ווינער רב'ס שופלאד צוזאמען מיטן היתר מסירה פון סאוט אכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2011 18:47 לינק ישיר 

איך זע אז ביי אבראהאם עסט מען חלב עכם ביי שבת טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רעבעצין אייזעק אבראהאם'ס אייזקריעם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext