.
.
די גוף השערוריה איז מער ווייניגער באריכטעטע די וואך אין דער איד
לאמיר נאר ארויסברענגען קורצע איינצעלהייטן
מיט געציילט יארן סוף ס"ח ס"ט איז פארגעקומען א סקאנדאל איבער די חילול בית הקברות העתיק און טאלעדא און שפאניע, ווי עס זענמען נטמן גדולי עולם ראשונים כמלאכים, אתרא קדישא האט דאן געפירט א העפטיגע מערכה בהוראת גדולי ישראל, קעגן די שפאנישע רעגירונג וואס האט באשלאסן צו אויסרייסן בתי קברות אין שפאניע, קעגן די ארכעלאגישע אינסטיטוט וועלכע האבן געהאלטן און זייערע טונקעלע אויניווערזיטעטן טויזענטער אלטע שלדים און סעקלעטאנען, און קעגן די אזויגערופענע ארטיגע אידישע פעדערעישאן וואס שטיצט די מעשי החילול באין פוצה פה.
אינמיטן די מערכה ווען די פרעשור איז אנגעגאנגען אין גרויסן, מיט די הילף פון אמעריקאנער פאליטישאנס צוזאמען מיט די אמעריקאנער רעגירונג פעדעירישאן פאר בתי חיים, און עס האט שוין אויסגעזען אז די שפאנישע רעגירונג דערשפירט די לחץ און די חפירות גייען אפגעשטעלט ווערן זענען דאן אריינגעקומען די מחבלי כרמים די אומווערדיגע אזויגערופענע "אדמת קודש" ארגאניזאציע, און האבן אנגעהויבן האנדלען מיט די שפאנישע רעגירונג און מיט די ארטיגע אזויגערופע אידישע פעדערעישאן וועלכע זענען רובם ככולם מחללי שבתות בוזי כל קודש, און זענען דאן צוגעקומען צו אן הסכם אז די פראטעסטן וועלן אפגעשטעלט ווערן, און די חפירות וועלן אויך אופגעשטעלט ווערן.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, אז די שפאנישע רעגירונג האט דאן געזען אז דער לחץ איז אראפ און זיי קענען שוין האבן אן אנטווטארט פאר די אמעריקאנער פאליטשאנס אז עס גייט שוין פאר הסכמים מיט ארטדאקסישע געמיינדע, זענען ליידער ווייטער פארגעגאנגען די חפירות, ביז זיי הטבן אויסגעגראבן דאס גאנצן ארט, און מיט האלבע יאר שפעטער נאך לחץ און פראטעסטן האבן זיי צוריק געגעבן די עצמות לקבורה.
ווען די שולדיגע אויף די חילול הקברים זענען נישט מער און נישט ווייניגער די גראבער די מחללי הקברים די פעדערעישאן מיט די שפאנישע רעגירונמג מיט ר' אליקים שלעזינגער פון לאנדאן מיט זיינער קינדער וועלכע האבן שווה בשווה אחריות אינעם גאנצן חורבן ה"י.
נאך ומווערדיגע אקציע, האט נאך די פעדערעישאן אונטערגעשריבן אויף א פראטאקאל מיט די רעגירונג וועלכע ערלויבט זיי ויסגראבן אלע בתי חיים און שפאניע אויב עס פעלט אויס פאר גאר וויכטיגע רעגירונג צוועקן, און די ביינער וועט מען צוריק געבן פאר די פעדערעישאן.
די ליצים פון "וועד להצלת בתי עלמין פון אייראפע" וועלכע ווערט אנגעפירט דורך הרב שלעזינגער אנשטאט צו פארדאמען אזא נבלה פון אזא פראטאקאל וועלכע איז למעשה א גזירת כלוי'ה אויף אלי בתי חיים'ס און שפאניע, און צו וועלכע עס האט נאכנישט מסכים געווען דערצו קיין איין פוסק בכל שנות קיום העם היהודי והאומה הישראלית, האבן געמאכט א געהיימע הסכם מיט די פעדערעישאן אז די קברנים פון די עצמות וועלן זיין די "וועד להצלת בתי עלמין באייראפע", צו מאכן דעם הסכם האט זיי דאן צוגעהאלפן דער קל שבקלים דער קאנסערוואטיווער פושע מייקל שודריך פון פולין, וועלכע ארבעט צוזאמען מיט די "אדמת קודש" צו חרוב מאכן בתי חיים 'ס און ראמעניע.
דאן איז "דער בלאט" ארויס מיט גרויסע העדליינס מיט דריי געווינסן וואס זיי האבן געהאט. 1) מ'האט צוריק געגעבן די עצמות און מ'האט עס באגראבן אויפ'ן זעלבן ארט (נישט וועלענדיג רעדן אז זיי זענען שולדיג אינעם גראבן) אגב, עס איז א שקר מ'האט עס נישט באגראבן אויפ'ן זעלבן ארט נאר אינדרויסן פונעם בית החיים. 2) די פעדערעישאן גייט באקומען די בעלות אויף אלע בתי חיים (נישט וועלענדיג רעדן פונעם אומווערדיגן אויבערדערמאנטן פראטואקאל) 3) מ'האט צוריק געבן אלטע עצמות, (נישט וועלענדיג רעדן אז עס איז א מעט מזעיר און נאר א כסות עיניים צו בארואיגן די וועלט).
נאך די דריי ריזיגע געווינסן האט דער ראבינער פון קרית יואל דער וואס האט פיינט ערליכע אידן מיט אידישקייט גענוי ווי די נעאלאגן האבן בשעתו פיינט געהאט די ארטאדאקסיע זיך אפגעבילדעט מיט א ברייטן "אויפנאמע צעראמאניע" מיטן שפאנישן קאונסיל ווען לצידו זיצן די צווי "רע-בנים" צוויבל מיט לאוב, צוזאמען מיטן מסור הידוע גערי שלעזינגער וועלכער רופט זיך יו"ר "אדמת קודש" וואס דער משכיל הידוע שמואל ווידער האט מייסד געווען, און האבן געמאכט דעם שפאנישע רעגירונג פאר חסידי אומות העולם אן קיין איין ווארט קריטיקירן פאר זייער פשע פון אויסגראבן בתי חיים און אונטערשרייבן אויף אזא שמוציגן פראטאקאל.
איצטעט וועט מען שרייבן איבער די איצטיגע סקאנדאל.
צו "אתרא קדישא" איז אנגעקומען מיט 3 וואכן צוריק א שוידערליכע ידיעה, אז און א צוויטן שטאט און אנדער עק שפאניע אין שטאט "לוסינא" האט מען אויסגעליידיגט פילע קברים, אן עקספערט וועלכער איז דארט אראפגעפארט האט געזען א מחזה נורא ומחריד ווי איבער 60 קברים איז אויסגעליידיגט געווארן, און זייערע עצמות זענען בארויבט געווארן.
ווי עס שטעלט זיך ארויס רעדט מען פונעם גרויסן אור-אלטן בית החיים ווי ווארשיינליך זענען דארט נטמן געווארן מיט פילע הונדערטער יארן צוריק ראשונים קדושי עליון אשר כל בית ישראל נשען אליהם עד עוצם היום הזה, ווי דער הייליגער רי"ף, ר' יהודה הלוי, מהרי"ץ גיאת, ר' שלמה אבן גבירול, און נאך ראשונים, און דער צווייטער בארג פונעם בית הקברות קעגן איבער זענען נטמן קדושי האומה עולי בבל וועלכע האבן זיך אוועקגעצויגן פון פומבדיתא און סורא קיין שפאניע ביי די תקופת הגאונים.
נאכן זיך ווענדן צו די ארטיגע ארכעלאגישע אינסטיטוט (די ארטיגע רשות העתיקות) האבן זיי באשטעטיגט אז זיי האבן עס שוין אויסגעגראבן מיט וואכן צוריק, און זיי האבן איינגעמאלדן די אידישע פעדערעישאן אז די עצמות זענען און זייער באזוץ אבער קיינער איז עס נישט געקומען אפנעמען.
עס האט געכאפט א שוידער פאר די פארשטייער פון "אתרא קדישא" ווען די ארכעלאגן האבן זיי געלאזט וויסן אז זיי האבן שוין מיט באלד פינעף יאר צוריק געגראבן אויפן ארט און עס ליגט ביי זיי א סאך עיצמות מיט הונדערטער סעקלעטאנען, און זיי האבן שוין מיט איבער 4 יאר צוריק איינגעמאלדן פאר די אידישע פעדערעישאן איבערדעם, וועלכע זענען ניטאמאל געקומען אפנעמען די עצמות.
איצט לאמיר ארויסברענגען די גודל הפשע.
אתרא קדישא האט מיט 4 יאר צוריק געלייגט א דרוק אז די אידישע פעדערעישאן און שפאניע זאלן נישט זיין די בעלי בתים אויף די בתי חיים'ס און שפאניע וויל עס רעדט זיך פון פושעים מחללי שבתות וועלכע וועלן מפקיר זיין אלע בי חיים פאר זייערע פריוואטע אינטרעסן, ווי עס איז ליידער געשעהן.
אבער אדמת קודש מיט די שלעזינגער'ס האבן פארשטאנען אנדערש אז מ'דארף שטיצן די פעדערעישאן און מ'דארף מיט זיי מאכן הסכמים און דערשטיקן די קול מחאה.
בשעת מ'האט באגראבן די עצמות הקדושים פון טאלעדא, האט די פעדערעישאן געזאגט אז זיי האבן באקומען אלע אלטע עצמות פון די ארכעלאגן און אלעס ווערט באגראבן צוזאמען מיט די לצים פון משפחת שלעזינגער מיט די צוויבלעך, אתרא קדישא האט אבער דאן געשריגן אז די פעדערעישאן זענען מייסטער שקרנים און עס אינטערסירט זיי נישט קיין בתי חיים, און זייערע סטעטימענט'ס אז אלעס האט מען זיי צוריקגעגעבן איז נישט מער ווי א כסות עינים מיט די אייניגע ציל צו בארואיגן די וועלט.
אבער אדמת קודש מיט די שלעזינגער ליצים האבן פארשטאנען אנדערש, און האבן גע'טענה'עט אז מ'קען זיי יא גלייבן וויי זיי גייען גאר אריבערפירן א געזעץ און די שפאנישע פארלאמנעט אז מ'טאר נישט גראבן קיין קברים (נישטא ווער עס זאל לאכן).
איצט שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא דאקומענטן (וועלכע וועט פארעפענטליכט ווערן און די קומענדיגע טעג) אז די פעדערעישאן האבן געוויסט דערפון אז די עצמות דארף מען באגראבן, און זיי האבן עס נישט געוואלט באגראבן ווייל עס אטינטערסירט זיי נישט קיין בתי חיים.
די מציאות איז ליידער: אז הרב אליקים שלעזינגער ובניו און אזוי אויך מאיר צוויבל און הירצקא צוויבל מיט בן ציון לאוב מיט דער מסור גערי שלעזינגער און דער משכיל שמואל ווידער וועלכע האבן געהאלפן די פעדערעישאן אין שפאניע ווערן די בעלי בתים אויף די ארטיגע בתי חיים'ס זענען שולדיג אינעם בזיון וחילול קברי הקדמונים, וכדי בזיון וקצף.
יעצט צו די שקרים פון אהרן יוסל פריעדמאן מיט בענצי לאוב וואס זיי שרייבן אין "כל העולם כולו".
1) הרה"ג ר' אלימלך שטערן שליט"א איז טאקע איצט און ארץ ישראל אבער ער איז געפארן צוליב א משפחה שמחה און נישט עפעס וועגן עפעס אנדערש
2) ר' אלימלך איז נישט געווען ביים ביד"צ העדה החרדית און נישט ביי הגר"נ קארעליץ, און עס האט קיינער נישט געבעטן הגר"נ קארעליץ א בריוו איבער דעם ענין
3) און די קומענדיגע טעג וועט ערשיינען אי"ה א קול קורא פון אלע גדולי ישראל ובתוכן פונעם ביד"צ החרדית צו ראטעווען דעם בית החיים העתיק אין לוסינא, און אז מ'זאל צוריק געבן די עצמות הקדושות לקבורה
תוקן על ידי סוג ב- 27/11/2011 04:27:56
 |
|
|