אלימלך שטערן פארווארפן בחרפות ובזיונות ע"י כל גדולי ישראל
הקדמה:
ווער עס האט היינט געקויפט דעם בלאט און דעם איד, האט זיך באגעגנט מיט א העכסט אינטערסאנטער בילד וואס קומט ארויס פון צווישן די צוויי צייטונגען.
ביידע רעדן פון א נושא וואס איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן, און ווי מ'זאגט, "אנו רצים והם רצים". ביידע זייטן זענען געוואויר געווארן פון א פאל פון חיטוטי שכבי אין שפאניע ר"ל, אבער דער חילוק כאפט נאר, ווען מען באטראכט די שריט וואס איז אונטערגענומען געווארן.
אויב האט איינער צוערשט געזעהן דעם איד, האט ער געזעהן ריזיגע קידוש לבנה העדליינס, אז מען גראבט [ב"ה] קברים אין שפאניע, און? אה, איר פרעגט וואס עס איז דער "און"?, זייער פשוט: "און מגייט ארויס אין א מערכה"!!!
אבער... אויב ליינט מען אין בלאט, ליינט מען עפעס פרישע נייעס וועלכע גייט אביסל אנדערש, נעמליך: אז די פרשה איז שוין ב"ה "היסטאריע"!
עס זענען ב"ה פארהאן אזעלכע עסקנים וועלכע ווייסן פון נאך עפעס אויסער התגרות באומות, זיי וויסן פון נאך מיטלען אויסער פראטעסטן, און זיי האבן שוין געטוהן צו די זאך!
די עסקנים פון אדמת קודש - איירופה געפינען זיך שוין אין לאנדאן עטליכע טעג, די חפירות זענען ב"ה תיכף ומיד אפגעשטעלט געווארן, און אויף קומענדיגע וואך האפט מען צוריק צו באגראבן די עצמות - וועלכע זענען שוין ליידער אויסגעגראבן געווארן - בכבוד הראוי.
=======
די יעצטיגע פאל האט פאסירט אין א קליין שטעטל אין שפאניע וואס הייסט "לוסינא", וואו די ארטיגע ווילידש האט אויף די אייגענע האנט אנגעהויבן אויסגראבן דעם בית עלמין.
ווי באקאנט ארבעט אדמת קודש שווער אז די הויפט רעגירונגען זאלן באשטימען א געזעץ וואס זאל באהיטן אלע בתי עלמין, און עס זאל זיין א פארברעך זיי אויסצוגראבן, און מען האט שוין ב"ה מצליח געווען דערמיט אין פוילן (אדאנק די אינטענסיווע מיטארבעט פון דעם געטרייען אידישן הויפט רב הרב שודריך שליט"א), וואו דער געזעץ איז שוין אין קראפט, און מען האלט אצינד אינמיטן די שתדלנות אין שפאניע אראפצושטעלן אזא געזעץ.
היות אזא געזעץ איז נאכנישט אין קראפט אין שפאניע, האט די ארטיגע ווילידש געקענט גראבן אויף די אייגענע האנט אין דעם בית עלמין, און מען איז דערפון געוואויר געווארן ווען די ארבעט איז שוין אנגעגאנגען.
ווען מען איז פון דעם געוואויר געווארן - ווי געזאגט - האט זיך אנגעהויבן פון איין זייט א "מערכה" דורך די הפגנה ארגאניזאציע "אתרא קדישא", אבער אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעהויבן "העפטיגע שתדלנות" דורך אדמת קודש, און אדאנק די מיטארבעט פונעם ארטיגן רב הרב בן דהאן שליט"א (דער ווארשיינליך-צוקונפטיגער רעפארמער ראביי אין דער איד..), האט מען תיכף מצליח געווען מיט די שתדלנות, און מען האפט אויף קומענדיגע וואך צוריק צו באערדיגן די עצמות.
און די אלע וועלכע זענען זוכה צו זיין פון די כסדר'דיגע שטיצער פון אדמת קודש, האבן אצינד די זכי' צו האבן א טייל אין די פרישע הצלה פראיעקט בס"ד, ושכרם עד אין קץ.
=======================
און אצינד צו אלימלך שטערן:
ער געפינט זיך אצינד נישט מיט אונז. ער איז נישט דאהי. ער איז אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געהאט א פארטיגע פלאן אנצודרייען א מערכה, דורכן אונטערשרייבן די גדולי ישראל שליט"א אויף א קול קורא, מיט א מחאה קעגן די חיטוטי שכבי אין שפאניע, מיטן ציהל אריינצושטעכן א מעסער אין רוקן פון די עסקנים וועלכע ארבעטן העפטיג אפצושטעלן די חילולי קברים דורך שתדלנות, מיט אויסערגעווענליכע הצלחה.
צוערשט איז ער געווען ביי הגר"נ קרליץ שליט"א, וואו ער האט מיטגענומען זיינס א ידיד, וועלכער איז א מקורב ביי ר' נסים, און צוזאמען מיט אים האט ער דערציילט זיין מעשה, אראפגעלייגט מיט זיין שמוציגן מויל וועלכע האט - ווי פארשטענדליך - נישט ארויסגעזאגט חלילה קיין דבר שקר, נאר אראפגעלייגט מיט אן אמת.. אז מען גראבט "יעצט" קברים אין שפאניע און מען מוז מוחה זיין מיט א שארפע בריוו כדי דאס אפצושטעלן.
הערנדיג דאס, האט ר' נסים תיכף אונטערגעשריבן זיין קול קורא, כדי להציל הקברים.
האבנדיג שוין איין חתימה, איז ער אריבער צו נאך עטליכע רבנים, אבער, דארט האבן זיך שוין אנגעהויבן שוועריגקייטן. די רבנים האבן שוין געהאט געהערט די אלטע מעשה פון טאלעדא שפאניע, און זיי האבן פארשטאנען אז דער צדיק וויל זיי אריינדרייען אין זיינע טינופות, און מען האט אים איבעראל אפגעזאגט.
ביז ער האט באשלאסן, אז ער וועט גיין גלייך צו בי"ד העדה החרדית, און ער וועט האבן בי"ד מיט ר' נסים וועט אים דאס שוין זיין גענוג.
נעכטן מיטוואך איז ער אריינגעקומען צו א מושב בי"ד, און פארגעלייגט זיינע מעשיות, און אראפגעלייגט זיין פארטיגע קול קורא וואס די רבנים זאלן אונטערשרייבן.
אויפן פלאץ האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון די חברי הבי"ד, און געזאגט אז ער געדענקט ווען די חברה האבן אריינגעדרייט בי"ד אין א שווערע פאסטקע אין ווילנא, און אויך געדענקט מען זייערע זינלאזע התגרות ביי פרשת שפאניע, און דעריבער קען מען נישט אונטערשרייבן פאר מען הערט די צווייטע זייט.
האט דער מזכיר אנגערופן בשעת מעשה איינעם פון די עסקנים אין לאנדאן, און געזאגט אז די חברי הבי"ד ווילן הערן וואס זיי ווייסן צו זאגן וועגן א פרישע מעשה אין שפאניע.
דער עסקן האט תיכף געזאגט אז לויט ווי ער וויסט איז די שתדלנות דערוועגן אין פולן פראסעס, און הרב גינסבערג פון די ועד להצלת בתי עלמין איז יעצט אין שפאניע וועגן דעם, און ער קען פרובירן אים ארויפצוברענגען אויפן ליין.
ער האט ארויפגעברענגט הרב גינסבערג, האט ער געזאגט אז ער זיצט יעצט מיטן ארטיגן רב, און ב"ה עס איז דא א גרויסע הצלחה מיט די שתדלנות. ער האט געמאכט זיין סעל. אויף ספיקער, און גערעדט אינאיינעם מיטן ארטיגן רב, און פארציילט אלעס וואס מען טוט יעצט דארט, און די חברי הבי"ד האבן געהערט לעבעדיג די גאנצע מציאות וואס דא טוט זיך.
מיט א אומדערטרעגליכע זינק פון בושה האט אלימלך שטערן ארויסשפאצירט מיט זיין ליידיגע בריוו אין די האנט בחרפות ובבושות!
ופני אלימלך שטערן / אתרא קדישא ח פ ו י !
==========
מיינטס נישט אז דער נער האט שוין דארט געהאט אויפגעגעבן...
שפעט אויפדערנאכט איז ער נאך אריבער צום ראב"ד, האפנדיג אז זיין קאפ וועט ער יא קענען פארדרייען. אבער ווי נאר ער איז אריינגעקומען, האט דער ראב"ד געזאגט בזה הלשון: "אויב רעדט מען פון שפאניע קען ער אהיים גיין". ווידער ארויס בחרפות כראוי וכיאות.
אבער, היות ער האט דאך פארט די חתימה פון ר' נסים, וואס דערמיט קען ער נאך גיין ווייטער צו אנדערע ליטווישע גדולים ועוד, און ער האט געפלאנט צוצולייגן דעם גאב"ד, וואס וועט אים אוודאי גיבן א חתימה, האט מען צוערשט געשריבן אין איד - אן קיין קול קורא - אז גדולי הרבנים שליט"א און גדולי ישראל קומען אין די טעג ארויס מיט א שארפע קול קורא וועגן שפאניע.
היינט אבער איז די מצב געוועארן ביטערער ווי די גאל, ביטערער פון ביטער.
ער איז געווען ביים גאב"ד, און נאכן מפציר זיין בכל מיני לשונות, זיך בעטנדיג אז דער גאב"ד אלס נשיא טאר נישט לאזן אתרא קדישא אזוי פאלן, אבער דער גאב"ד וועלכע האט שוין גענוג קאפוויי פון געוויסע שריט וואס ער האט געטוהן אויף די אייגענע האנט ביז אהער ואכמ"ל, האט ער קלאר געענטפערט אז ער וועט נאר אונטערשרייבן אויב בי"ד שרייבט אונטער.
שפעטער האט דער וואס האט באגלייט אלימלך צו הגר"נ קרליץ באקומען א טעלעפאן קאל פון ר' נסים, אז ער האט דא יעצט עסקנים ביי זיך אין שטוב וועלכע פארציילן אים אז עס איז שוין דא אידן וואס ראטעווען שפאניע אויף אנדערע אופנים, און ער ווארנט אים נישט ארויסצוגעבן די בריוו וואס ער האט געהאט אונטערגעשריבן, צולייגנדיג אז ער גיט שוין אויפן ארט א פרישע בריו פאר די עסקנים אויף פארקערט!
עד כאן המעשה...
אצינד נעמט דעם היינטיגן איד, ליינט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און באלעקט אייך די פינגער.
 |
|
|