בית פורומים כל העולם כולו

אלימלך שטערן פארווארפן בחרפות ובזיונות ע"י כל גדולי ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2011 04:52 לינק ישיר 
אלימלך שטערן פארווארפן בחרפות ובזיונות ע"י כל גדולי ישראל

הקדמה:

ווער עס האט היינט געקויפט דעם בלאט און דעם איד, האט זיך באגעגנט מיט א העכסט אינטערסאנטער בילד וואס קומט ארויס פון צווישן די צוויי צייטונגען.

ביידע רעדן פון א נושא וואס איז נארוואס אויפגעדעקט געווארן, און ווי מ'זאגט, "אנו רצים והם רצים". ביידע זייטן זענען געוואויר געווארן פון א פאל פון חיטוטי שכבי אין שפאניע ר"ל, אבער דער חילוק כאפט נאר, ווען מען באטראכט די שריט וואס איז אונטערגענומען געווארן.

אויב האט איינער צוערשט געזעהן דעם איד, האט ער געזעהן ריזיגע קידוש לבנה העדליינס, אז מען גראבט [ב"ה] קברים אין שפאניע, און? אה, איר פרעגט וואס עס איז דער "און"?, זייער פשוט: "און מגייט ארויס אין א מערכה"!!!

אבער... אויב ליינט מען אין בלאט, ליינט מען עפעס פרישע נייעס וועלכע גייט אביסל אנדערש, נעמליך: אז די פרשה איז שוין ב"ה "היסטאריע"!

עס זענען ב"ה פארהאן אזעלכע עסקנים וועלכע ווייסן פון נאך עפעס אויסער התגרות באומות, זיי וויסן פון נאך מיטלען אויסער פראטעסטן, און זיי האבן שוין געטוהן צו די זאך!

די עסקנים פון אדמת קודש - איירופה געפינען זיך שוין אין לאנדאן עטליכע טעג, די חפירות זענען ב"ה תיכף ומיד אפגעשטעלט געווארן, און אויף קומענדיגע וואך האפט מען צוריק צו באגראבן די עצמות - וועלכע זענען שוין ליידער אויסגעגראבן געווארן - בכבוד הראוי.

=======

די יעצטיגע פאל האט פאסירט אין א קליין שטעטל אין שפאניע וואס הייסט "לוסינא", וואו די ארטיגע ווילידש האט אויף די אייגענע האנט אנגעהויבן אויסגראבן דעם בית עלמין.

ווי באקאנט ארבעט אדמת קודש שווער אז די הויפט רעגירונגען זאלן באשטימען א געזעץ וואס זאל באהיטן אלע בתי עלמין, און עס זאל זיין א פארברעך זיי אויסצוגראבן, און מען האט שוין ב"ה מצליח געווען דערמיט אין פוילן (אדאנק די אינטענסיווע מיטארבעט פון דעם געטרייען אידישן הויפט רב הרב שודריך שליט"א), וואו דער געזעץ איז שוין אין קראפט, און מען האלט אצינד אינמיטן די שתדלנות אין שפאניע אראפצושטעלן אזא געזעץ.

היות אזא געזעץ איז נאכנישט אין קראפט אין שפאניע, האט די ארטיגע ווילידש געקענט גראבן אויף די אייגענע האנט אין דעם בית עלמין, און מען איז דערפון געוואויר געווארן ווען די ארבעט איז שוין אנגעגאנגען.

ווען מען איז פון דעם געוואויר געווארן - ווי געזאגט - האט זיך אנגעהויבן פון איין זייט א "מערכה" דורך די הפגנה ארגאניזאציע "אתרא קדישא", אבער אין די זעלבע צייט האט זיך אנגעהויבן "העפטיגע שתדלנות" דורך אדמת קודש, און אדאנק די מיטארבעט פונעם ארטיגן רב הרב בן דהאן שליט"א (דער ווארשיינליך-צוקונפטיגער רעפארמער ראביי אין דער איד..), האט מען תיכף מצליח געווען מיט די שתדלנות, און מען האפט אויף קומענדיגע וואך צוריק צו באערדיגן די עצמות.

און די אלע וועלכע זענען זוכה צו זיין פון די כסדר'דיגע שטיצער פון אדמת קודש, האבן אצינד די זכי' צו האבן א טייל אין די פרישע הצלה פראיעקט בס"ד, ושכרם עד אין קץ.

=======================

און אצינד צו אלימלך שטערן:

ער געפינט זיך אצינד נישט מיט אונז. ער איז נישט דאהי. ער איז אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געהאט א פארטיגע פלאן אנצודרייען א מערכה, דורכן אונטערשרייבן די גדולי ישראל שליט"א אויף א קול קורא, מיט א מחאה קעגן די חיטוטי שכבי אין שפאניע, מיטן ציהל אריינצושטעכן א מעסער אין רוקן פון די עסקנים וועלכע ארבעטן העפטיג אפצושטעלן די חילולי קברים דורך שתדלנות, מיט אויסערגעווענליכע הצלחה.

צוערשט איז ער געווען ביי הגר"נ קרליץ שליט"א, וואו ער האט מיטגענומען זיינס א ידיד, וועלכער איז א מקורב ביי ר' נסים, און צוזאמען מיט אים האט ער דערציילט זיין מעשה, אראפגעלייגט מיט זיין שמוציגן מויל וועלכע האט - ווי פארשטענדליך - נישט ארויסגעזאגט חלילה קיין דבר שקר, נאר אראפגעלייגט מיט אן אמת.. אז מען גראבט "יעצט" קברים אין שפאניע און מען מוז מוחה זיין מיט א שארפע בריוו כדי דאס אפצושטעלן.

הערנדיג דאס, האט ר' נסים תיכף אונטערגעשריבן זיין קול קורא, כדי להציל הקברים.

האבנדיג שוין איין חתימה, איז ער אריבער צו נאך עטליכע רבנים, אבער, דארט האבן זיך שוין אנגעהויבן שוועריגקייטן. די רבנים האבן שוין געהאט געהערט די אלטע מעשה פון טאלעדא שפאניע, און זיי האבן פארשטאנען אז דער צדיק וויל זיי אריינדרייען אין זיינע טינופות, און מען האט אים איבעראל אפגעזאגט.

ביז ער האט באשלאסן, אז ער וועט גיין גלייך צו בי"ד העדה החרדית, און ער וועט האבן בי"ד מיט ר' נסים וועט אים דאס שוין זיין גענוג.

נעכטן מיטוואך איז ער אריינגעקומען צו א מושב בי"ד, און פארגעלייגט זיינע מעשיות, און אראפגעלייגט זיין פארטיגע קול קורא וואס די רבנים זאלן אונטערשרייבן.

אויפן פלאץ האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון די חברי הבי"ד, און געזאגט אז ער געדענקט ווען די חברה האבן אריינגעדרייט בי"ד אין א שווערע פאסטקע אין ווילנא, און אויך געדענקט מען זייערע זינלאזע התגרות ביי פרשת שפאניע, און דעריבער קען מען נישט אונטערשרייבן פאר מען הערט די צווייטע זייט.

האט דער מזכיר אנגערופן בשעת מעשה איינעם פון די עסקנים אין לאנדאן, און געזאגט אז די חברי הבי"ד ווילן הערן וואס זיי ווייסן צו זאגן וועגן א פרישע מעשה אין שפאניע.

דער עסקן האט תיכף געזאגט אז לויט ווי ער וויסט איז די שתדלנות דערוועגן אין פולן פראסעס, און הרב גינסבערג פון די ועד להצלת בתי עלמין איז יעצט אין שפאניע וועגן דעם, און ער קען פרובירן אים ארויפצוברענגען אויפן ליין.

ער האט ארויפגעברענגט הרב גינסבערג, האט ער געזאגט אז ער זיצט יעצט מיטן ארטיגן רב, און ב"ה עס איז דא א גרויסע הצלחה מיט די שתדלנות. ער האט געמאכט זיין סעל. אויף ספיקער, און גערעדט אינאיינעם מיטן ארטיגן רב, און פארציילט אלעס וואס מען טוט יעצט דארט, און די חברי הבי"ד האבן געהערט לעבעדיג די גאנצע מציאות וואס דא טוט זיך.

מיט א אומדערטרעגליכע זינק פון בושה האט אלימלך שטערן ארויסשפאצירט מיט זיין ליידיגע בריוו אין די האנט בחרפות ובבושות!

ופני אלימלך שטערן / אתרא קדישא  ח פ ו י !

==========

מיינטס נישט אז דער נער האט שוין דארט געהאט אויפגעגעבן...

שפעט אויפדערנאכט איז ער נאך אריבער צום ראב"ד, האפנדיג אז זיין קאפ וועט ער יא קענען פארדרייען. אבער ווי נאר ער איז אריינגעקומען, האט דער ראב"ד געזאגט בזה הלשון: "אויב רעדט מען פון שפאניע קען ער אהיים גיין". ווידער ארויס בחרפות כראוי וכיאות.

אבער, היות ער האט דאך פארט די חתימה פון ר' נסים, וואס דערמיט קען ער נאך גיין ווייטער צו אנדערע ליטווישע גדולים ועוד, און ער האט געפלאנט צוצולייגן דעם גאב"ד, וואס וועט אים אוודאי גיבן א חתימה, האט מען צוערשט געשריבן אין איד - אן קיין קול קורא - אז גדולי הרבנים שליט"א און גדולי ישראל קומען אין די טעג ארויס מיט א שארפע קול קורא וועגן שפאניע.

היינט אבער איז די מצב געוועארן ביטערער ווי די גאל, ביטערער פון ביטער.

ער איז געווען ביים גאב"ד, און נאכן מפציר זיין בכל מיני לשונות, זיך בעטנדיג אז דער גאב"ד אלס נשיא טאר נישט לאזן אתרא קדישא אזוי פאלן, אבער דער גאב"ד וועלכע האט שוין גענוג קאפוויי פון געוויסע שריט וואס ער האט געטוהן אויף די אייגענע האנט ביז אהער ואכמ"ל, האט ער קלאר געענטפערט אז ער וועט נאר אונטערשרייבן אויב בי"ד שרייבט אונטער.

שפעטער האט דער וואס האט באגלייט אלימלך צו הגר"נ קרליץ באקומען א טעלעפאן קאל פון ר' נסים, אז ער האט דא יעצט עסקנים ביי זיך אין שטוב וועלכע פארציילן אים אז עס איז שוין דא אידן וואס ראטעווען שפאניע אויף אנדערע אופנים, און ער ווארנט אים נישט ארויסצוגעבן די בריוו וואס ער האט געהאט אונטערגעשריבן, צולייגנדיג אז ער גיט שוין אויפן ארט א פרישע בריו פאר די עסקנים אויף פארקערט!

עד כאן המעשה...

אצינד נעמט דעם היינטיגן איד, ליינט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און באלעקט אייך די פינגער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2011 05:27 לינק ישיר 

לצים זאגן אז די "מאריאט האטעל" האט שוין ערהאלטן א רעזעוועישן ארדער אויף א מעמד בכיות וליצנות, אבער דערווייל ווייסט מען נישט קיין דאטום.

וואס מען ווייסט דערווייל איז, אז עס ווערט פארקומען איין טאג נאכן סוקסעספולן קבורת העצמות, און די דאטום איז געוואנדן ווען די קבורה וועט זיין..

(פאסיג וואלט געווען, אז ביים מאריאט האטעל זאל ווערן אויפגעשטעלט א מציבה "פה נטמן אתרא קדישא")



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2011 05:42 לינק ישיר 

דער יאשקע90 האט זיך געגרייט אויף א הייסן טערקי, אבער עס האט פריצייטיג אויפגעריסן, הבשר עודנו בין שיניו און ער האט זיך דערזעהן אז ער קוקט אויס ווי דער וואס האט ... געווען אונטער א באס און די באס איז אוועקגעפארן !

דער מושחת אלימלך שטערן קען יעצט פארן קיין מיאמי ביעטש באקומען א חתימה ביים שטריק וואס געפינט זיך ביים ים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 06:13 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וויאזוי די אתרא קדישא חברה רעדן מיט אזא חוצפה קעגן ר' אליקום שלעזינגער אין די אנדערע דיינים פין זיין מוסד, כאילו זיי זענען קלים ורקים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2011 07:46 לינק ישיר 

דו האסט א קשיא אויף אתרא קדישא?
אפשר האסטו אויך א קשיא אויף אדאלף היטלער שר"י.

אתרא קדישא זענען קברים גרעבער פאר געלט ! מחטטי שכבי פון ארגסטן סארט, פינקט ווי דעם טרויעריג בארימטן אמיר דרורי און טעדי קאלעק בשעתם.


די פירער פון אתרא קדישא זענען נישט קיין מאמינים בה', און גלייבן נאר בכח הזרוע. און וועגן דעם שליידערט מען זיי ארויס פון איבעראל.

אלימלך שטערן און זיינע שותפים קברים גרעבער זענען פון די וועלכע זענען "מורידים ולא מעלין רח"ל"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2011 22:55 לינק ישיר 

סוג ענטפערט בנוגע אלימלך שטערן אין בי"ד, להד"ם.

וזה לשון קדשו: ר' אלימלך איז נישט געווען ביים ביד"צ העדה החרדית און נישט ביי הגר"נ קארעליץ, און עס האט קיינער נישט געבעטן הגר"נ קארעליץ א בריוו איבער דעם ענין

סוג טייערער! ליגנער מוזן זיין זייער גוט אפגעשמועסט! אז נישט קומט ארויס שווערע בזיונות.

אויף די האטליין פון "התאחדות-הרבנים-אתרא-קדישא-נטורי-קרתא" (וועהל אויס וויאזוי דו ווילסט עס רופן) וואו עס רעדט דער צורידערטער "צלא" פון מאנסי, ידיד נפשו פון הרב שמידל שליט"א, כעדותו, זאגט ער ווי פאלגנד:

מען איז געווען ביי בי"ד, און דער שייגאץ יענקל ראטה (מזכיר) האט דארט אנגערופן גינסבערג מיט א ציהל צו פארדרייען די פאקטן, און מען האט אויסגעפאפט די רבנים ווי כאילו מען ארבעט אויף עפעס א געזעץ ווייסעכוואס, און פארפירט די רבנים מיט ליגנט.

---

האיך יתקיימו שניהם??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2011 23:49 לינק ישיר 

הערט א חידוש!

סוג איז שוין בלית ברירה מודה אז מ'איז יא געווען ביי בי"ד (און דורכגעפאלן...), אבער עס איז נישט געווען אלימלך שטערן.

ארלעדיגט הרב סוג! לאמיר אלע מסכים זיין אז ס'איז נישט געווען אלימלך שטערן, נאר הרב שמידל אליינס. איז וואס איז יעצט? דאס האסטו טאקע פריער געמיינט צו ענטפערן מיט דיין להד"ם? אז ס'איז נישט געווען דער נאר יענער??

דא פארצייל איך דיר, אז דיין קאלעגע אויף זיין האטליין גיסט אויס זיין כעס אויף די קארופטירטע ציוניסטישע "עדה", וואס זייער מזכיר האט אנגערופן דעם ציוני שייגאץ פון לאנדאן (סארי פאר די שפראך, ס'איז נישט מיינס נאר צלא'ס) און פארדרייט די פאקטן.

דערמיט האב איך באשטעטיגט דאס וואס איך האב געשריבן, אז בי"ד האט ענק (און גראדע יא, אלימלך שטערן'ען!) ארויסגעטראסקעט בחרפות ובבושות, טראץ וואס איר נעמט זיך אן פאר כבוד שמים אקעגן די שוידערליכע חפירות פון די ציוניסטישע-שלעזינגער-ליידיגייער'ישע-מוסרים-גרעבער-פעדערעישן-רעפארמער.

איז וואס זאגסטו יעצט?

------------------

אגב, איז דא פארגעקומען א אינטערסאנטע זאך.

די יעצטיגע תגובה פון סוג איז צוערשט געווען מיטן ניק "יוסל90", און עס איז פלוצלינג נעלם געווארן, און א מינוט דערויף צוריקגעקומען מיט די "סוג" ניק.

דא האט איר א סקרין-שאט פון פארן מעקן:


תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/11/2011 00:20:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 00:46 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

איך פארשטיי נישט וויאזוי די אתרא קדישא חברה רעדן מיט אזא חוצפה קעגן ר' אליקום שלעזינגער אין די אנדערע דיינים פין זיין מוסד, כאילו זיי זענען קלים ורקים



פין וועם רעדסטו דא?
די גאנצע גדולה וואס זיי טוהן זיך אויף מיט אתרא קדישא איז דאס אז דער מנהל איז שמידל
אין מיט דעם קענען זיי בארעכטיגן אלע זייער פעלטשערייען אין שקרים
זיי מאכען שמידל פאר פוסק הדור אין אטאמאטיש קען דען זיין אז דער באקרוינטער גאון הגדול גראבט קברים?

כדי זייערע פאריצירטע בעקערייען זאל שטומען, קענען זיי מהפך זיין פין טאג אויף נאכט בלי גוזמא
פאר דעם צוועק וועט דער ראב''ד מיט די חברי ביד''ץ א שגץ
פאר דעם צוועק ווערט הגאון ר''י הרמה א שגץ
פאר דעם צוועק ווער הגאון ר' ניסים קרלץ א שגץ
פאר דעם צוועק ווערן די קינדער אין אייניקלעך פונעם ראש ישיבה וועלכע זענען באקאנט אלס אויסגערופענע ת''ח ומרביצי תורה שקצים
פאר דעם צוועק ווערן אלע רבני הוועד להצלת בתי עלמין וואס נעמען איז זיך אריין די גרעסעט רבנים אין לאנדאן שקצים
פאר דעם צוועק ווערן די עסקנים פין הייליגע מוסד קדמונינו שקצים
פאר דעם צוועק ווערן אלע רבנים וואס העלפן צו ראטווען קברים 'רעפארמער'
אא''וו די ליסט איז זייער לאנג

אין לאכטס נישט, מילך שטערן ווערט ''הרה''ג''......

עס איז א פחיתת הכבוד אז מיר וועלן זיך אננעמען פאר  די כבוד התורה אדער ענטפרן פאר דעם שמיציגן א''ק שרייבער קעגן דעם אלטן גאון פין די עלטסטע ראשי ישיבות אין אירופה אין פין די גרעסטע בריסקע תלמידים וואס האט זוכה געווען צו א זעלטענע קירבות ביי רבותיה''ק ז''ל ויבלחט''א
נאר זאל דאס דינען פאר א לעבעדיגע סעמפל פין זייערע שמיציגע מהלך פאר וועם עס גייט נישט אין שפאן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 01:51 לינק ישיר 

איך וויל עפעס צילייגן צו די הקדמה פון דעם אשכול:

( נ.ב. איך האב נישט גליינט דעם בלאט און נישט דע איד )

דער פותח האשכול שרייבט : אז ביידע צייטונגן רעדן פון א נושא וואס איז נארוואס אויפגדעקט געווארן :

אויך ברענגט דער חושבער שרייבר ארויס דעם חילוק פון די צויי אז איינר זאגט אז מע גראבט יעצט און ביים אנדערען זעהט אויס אז סי איז שוין דערנאך.

האמנם ?

לאמיר צילייגן אביסל דע פרשה פון לוסינה

איז דאס גאר א נייע פרשה ?

אין גאנצן נישט , מע וויסט שוין פון דעם at least פון יאהר (08) תשס"ח סיי אתרא קדישא און סיי (cpjce) דער וועד פון הרב שלעזינגר שליט"א פון לאנדאן , לכאורה האבן זיי דאס ביידע געמיזט וויסן ווייל צוי organisations איינע "zakhor " ( וואס אתרא קדישא איז בקשר מיט איהר , און סיי lo tishkach מיט וועמן הרב שלעזינגרס וועד האט זיך באנוצט , ווייסן שוין לאנג וועגן דער פארוויטיגטע פרשה


דא קענט איהר זעהן וועגן zakhor וואס שרייבן אין 2007-08 אז מע האט געשריבן א בריף צו די jewish fedration אז זיי זאלען עפעס טוהן דערוועגן

http://arquitectes.coac.net/zakhor/3portfolio2_eng.html

און דא דע בשרייבונג פון lo-tishkach פון 2009 עפעס א מעשה אז מע גייט נישט דע וועלאפן נאר בכלל איברמאכן די בית החיים און צוריק באגראבן די עצמות וואס ליגן אין די לאקאלע מוזיאום רח"ל

http://www.lo-tishkach.org/en/index.php?categoryid=28&p2_articleid=104

הרה"ח רבי אבא דוננער ז"ל פון לאנדאן איז גיווען מקושר מיט lo-tishkach אלזא נישט מסתבר אז במשך יאהרן האט קיינער נישט געווסט !

עכ"פ ניי איז די פרשה זיכער נישט.

צוייטנס : דעם איד , יעצט גראבט מען אין לוסינה נישט!
דער בלאט: כרגע זענען די עצמות ביי די ארכעאלאגן איז קיין היסטאריע איז עס אויך נישט!

די פראגע איז גאר אן אנדערע : די עצמות ווארטן שוין לאנג אויף קבורה , ווער האט נישט גילאזט? ווער האט גיהאט אן אינטערעס צו באהאלטן ? צו ווי גייט מען זיי האפענטליך באלד קובר זיין ? ( צו אין אוריגינעלן פלאץ? אדער אין א אידיש בית עולם ערגץ אנדרש ? )


וואס איז מיט די עצמות פון 2009 ? האט מען זיי שוין בגראבן ? אדער ח"ו זענען זיי שוין זייט דעמאלס אין ... רח"ל ( אויב איינער קען מיר העלפן ארויף צו לייגן א pdf file פון 35mb א ארכיאולגן רעפורט פון לוסינה די האר שטייען פון קאפ ממש )

אפשר גאר אז הינטר די קוליססען פירט זיך שוין א ריזיגר מערכה יאהר'ן לאנג ביז דערווילן אהן אסאך הצלחה ?

מיין נקודה איז גיווען אין זאך :
נישט זיך מישען אין פוליטיק , נאר אראב לייגן א פאר טרוקענע facts אפשר אזוי וועט מען אנקוקן די אונד אנדערע פרשת מיט אן אנדערן בליק

מעהר וועהט אי"ה פאלגן








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2011 06:08 לינק ישיר 

gerade איר מעגט אייך לערנען אידיש מיין איך פאר איר ווארט אויף אן ענטפער וואס איך גלייב אז פייוו וועט וויסן מער פאקטן צו ענטפערן אפילו אויף אזא שווער געמויזעכטס צעמיש און צעסאפעט
אבער איך גיי נישט אריין לגופו של ענין ווייל איך קען ניטאמאל דעם נושא
מיין שאלה איז איין זאך אויב אלע גדולי אייראפע האלטן פונעם וועד להצלת נישט נאר זיי האלטן נאר זיי טוען למעשה און זיצן יעדן זונטאג אויף מיטינגען בכל דבר גדול וקטן
ווי קומט אן אפגעפליקטער אגודה ווי אתרא קדישא וואס פרעגט נישט קיין שום דעת תורה אפילו אין ארץ ישראל און איז שוין געקרוינט אלס קברים גרעבער פאר באצאלט אין די גאנצע וועלט קומען זיי אריינרעדן אין אייראפע קעגן אלע גדולים דארט ווי רב פדווה דער מרא דאתרא און הגאון ר' אליקים שליט"א ר"י הרמה און רב דונער מגדולי הפוסקים באייראפע,
לדעתי איז א תגובה אפצוענטפערן און אויפווייזן יעדעס מאל זייערע שקרים נאר א פחיתות הכבוד פאר די גדולי הרבנים אז כאולי זיי דארפן זיך דורכרעדן מיט דעם פיסטער קאלמאנאוויטש וחבריו פון אתרא קדישא. 


תוקן על ידי גרוינים ב- 29/11/2011 06:09:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלימלך שטערן פארווארפן בחרפות ובזיונות ע"י כל גדולי ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext