איך האב היינט דורכגעוואקט אויף היוז סטריט און וויליאמסבורג, איך זעה ווי עס הענגט א ברייטע ליילעך פון די דריטע שטאק פון עפעס א טיפיקעל וויליאסמבורגע דירה מיט א אויפשריפט דערויף, עס האט מיר געוואונדערט ווער און פארוואס זאל הענגן א ברייטע ליילעך אויסגעשפרייט אויף עפעס א פארשטיפטע געסל אין וויליאמסבורג, זייענדיג אזוי נייגעריג האב איך געפרעגט איינעם וואס וואוינט די נעקסטע הויז האט ער מיר געזאגט עס גייט זיין א הכנסת ספר תורה און עס וועט ארויסגיין פון יענע הויז. איך באגריס אים מיט א הערצליכע גוט שבת און דאנק אים פארן שטילען מיין נייגער.
גיי איך מיר ווייטער אויפן וועג אהיים אראפגייענדיג ליע עוועניו זעה איך ביי ליע קארנער ראסס אינעם פאטא געשעפט מער קאסטומערס ווי געווענליך, קודם האב איך געמיינט עס איז דא עפעס א גרויסע סעיל דארט לכבוד די גרויסע טאג "בלעק פריידעי", בין איך אריינגעגאנגען און זיך ארומגעקוקט וואס איך קען זיך איינהאנדלן, אבער איך האב נישט געטראפן עפעס וואס איך זאל דארפן האבן, און גיין סתם קויפן אין די וועלט אריין נאר ווייל עס איז ביליג איז דאך אויך נישט קיין רעדע, האב איך זיך אפגעשטעלט ביים קעשיר קוקן וואס אנדערע קויפן דארט, זעה איך די אלע קויפן SD CARDS, איך פרעג איינעם דארט ביים ארויסגיין וויפיל צאלט מען היינט דערפאר ווייזט ער מיר די ארגינעלע פרייז, איך פרעג אים פארוואס קויפט עס יעדער אויב איז עס נישט ביליגער ווי א צווייטע טאג? זאגט ער אז מארגן גייט זיין א הכנסת ס"ת אין פארטין הופפער.
צוביסלעך האב איך צוזאמגעשטעלט די פאזל אז דזשיגאן גייט מארגן מאכן א הכנסת ס"ת.
עס שטעלט זיך ארויס און יעדער פארשטייט עס מיט די אייגענע שכל אז די גאנצע פאמפע דראמפע מארגן איז נאר צו הייבן די געמיטער ביי די דזשיגאנישע קהילה און זייער פירער, זיי מיזן האבן עפעס חיזוק נאך זייער "BLACK WEEK" ווי יעדער האט געזעהן ווי עס זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער מענטשן און זיך מיטגעפרייט ביים סאטמארע תנאים, אזוי אויך קענען זיי נישט דורכטראגן די פאקט וואס יעדער וואס גיי דורך די סאוט אכט ביהמ"ד זעהט ווי די בוי ארבעט אויף די אלטע און אויך די נייע בנין גייט ב"ה אן מיטן פולע קראפט טראץ וואס די ארונים האבן זיך שוין געשוואוירן אז די שוהל איז א פארגאנגענהייט און פרובירט מיט אלע כוחות איבערצוצייגן די קעלבלעך וואס שעפן זייער גאנצע חיות פון היידפארק אז די פערמיט וואס די זאליס האבן ערהאלטן איז שוין ריוואקט געווארן דורך די הילף פונעם נייע פאליציי ליעזאן שייע יצחק רובין און זיין טאטע מאמע.
דעריבער אז זייער קעלבלעך זענען אזוי אנגעזעצט און אפילו היידפארק גלייבן זיי נישט יעצט נאכן זעהן די לצנות און לגיונות מיט וואס מען פירט זיי ארום איז מען אויפגעקומען מיט א עצה אז מען וועט מאכן מארגן א גרויסע חיזוק ספר תורה, טראץ וואס עס איז נישטט יעצט קיין יארצייט וכדומה פארוואס אין א גרינע טאג מאכט מען א הכנסת ס"ת לע"נ איינעם אין וועם זיי האבן זיך מתחצף געווען ביזן שיקן א סובפינע צו ערשיינען אין קארט! די בעביס וועלן ווערן העפי ווען די לאלא מוזיק וועט גראגערן הויעך, דזשיגאן וועט טאנצן מיט די SAS שיך, נעקסטע וואך וועט מען שוין קענען מאכן א גורל אויף די SAS שיך מיט וואס ער האט געטאנצן און אויף די זעקסטע הקפה קאפל.