בית פורומים כל העולם כולו

ורוח הקודש אומרת כן ירבה, חשון תשע''ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2011 00:15 לינק ישיר 
ורוח הקודש אומרת כן ירבה, חשון תשע''ב

קביעות מזוזה בבנין החדש דישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג

פארגאנגענע דינסטוג ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף וויליאמסבורג איז דער רבי שליט"א תיכף צוגעפאהרן צום בנין ישיבה לצעירים ד'סאטמאר ווי דער רבי שליט"א איז ערשינען אין היכל הביהמ"ד בשעת'ן סדר הלימוד און זיך צוגעקוקט מיט פארגעניגן צווישן די תלמידים.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב מיט די בחורים, און נאך מעריב האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אויפן היכל ביהמ"ד, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו שליט"א און הנגידים החשובים תומכי הישיבה וראשי קהלתינו הק' שיחיו.

 

נאכ'ן קובע זיין די מזוזה איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליט"א און דאן האט דער רבי שליט"א משמשיע געווען דברות קודש לרגל המאורע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2011 22:28 לינק ישיר 



תוקן על ידי היראים ב- 01/12/2011 22:33:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2011 22:21 לינק ישיר 

Now is Mamed Lechaim in London, for New Bhm"d Beirach Moshe. Rebbiny will say iy"h Dibres Kodesh by phone. Hookup on Ex.311



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2011 22:25 לינק ישיר 

א חוצפה ועזות פון פשעווארסקער רבי'ן. אויפצונעמען דיינים קעגן זאלי'ס הסכמה.
וואו איז מעכעלע שלעזינגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 22:22 לינק ישיר 

די נייע מורי צדק ד'קהלתינו שליט"א

נעמען אפ ברכת האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א

 

 

 

♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2011 22:21 לינק ישיר 

מעמד התמנות

פון די מורי צדק דקהלתינו הק' אין אנטווערפן

פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט

בהיכל בית מדרשינו

 

 

הגה"צ רבי בעריש קאהן שליט"א ראש הכולל שווער פון הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"צ

 

 

 

מוה"ר ישראל יצחק היימאן הי"ו

 

סלאטפינער רב שליט"א פאטער פון ניי-אויפגענומענע מו"צ שליט"א

 

 

ניי אויפגענומענעם מו"צ הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א

בעמח"ס אור כי טוב על הספה"ק ויואל משה

 

דרשה פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא ט"ב שליט"א ביים מעמד

 

 

 

דרשה פון הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א

דומ"ץ ובעל "ויען דוד" שווער פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א

 

די פרייליכע שטימונג ביים ציבור נאכן מעמד, ביים וואונטשן לחיים פאר די פריש אויפגענומענע מורי צדק דקהלתינו הק' שליט"א

 

 

 

פרייליכע ריקודין פונעם ציבור נאכן געהויבענעם מעמד

 

 

די קאפעליע פון אברכים יקרים בני קהלתינו הק' וועלכע האבן מהנה געווען מיט נגינה ביים מעמד

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 02:20 לינק ישיר 

פרייליכע שטימונג ביי אנ"ש אין אנטווערפען לרגל די התמנות פון די מורי צדק דקהלתינו הק'
אויף א גאר געהויבענעם פארנעם איז נעכטן זונטאג פארגעקומען בהיכל בית מדרשינו אין אנטווערפען די מסיבת לחיים און התמנות פון די פריש אויפגענומענע מורי צדק דקהלתינו הק' ה"ה הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א בעמח"ס אור כי טוב, און הרה"ג שלשלת היוחסין ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.

מיט וועלן אין די פאלגענדע שורות אראפגעבן א קורצן באריכט פונעם מעמד .

אין די באשטימטע שעה איז די היכל הביהמ"ד בליץ שנעל איבערגעפיהלט געווארן פון בני קהלתינו הק' ווי אויך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' ווען מען איז ב"ה מרחיב די גבולי הקדושה.

עקסטער האבן זיך אנגעזעהן אויפן ברייטן אויבנאן די חשובי רבני ודייני העיר שליט"א און די חשובע אדמורי"ם פון שטאט שליט"א דער פותח המעמד און יו"ר איז געווען מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים און פאסיגע ווערטער איינגעלייטעט די מסיבה, און האט ארויפגערופן הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו מראשי קהלתינו הק' ער זאל איבערגעבן דעם דבר הקהלה.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א ראש כוללינו און שווער פונעם מו"צ הרה"ג ר' מאיר שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע באדייט פונעם מעמד, און דאן האט אויפגעטראטן דער מו"צ הרה"ג ר' מאיר שליט"א וועלכער האט מיט דברים היוצאים מן הלב אראפגעלייגט דעם מעמד וואס איז בבחי' לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם, און האט געטייטשט פארשידענע פסוקים און מאמרי חז"ל בשייכות צו א התמנות.

דאן האט מען געהערט דב"ק פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דורך אן הוק-אפ ווי דער רבי שליט"א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מורי הוראה און פאר די הנהלת הקהלה אז עס זאל להגדיל תורה ולהאדירה.

דאן האט מען געהערט גאר התרגשות'דיגע ווערטער פון הרה"ג ר' חיים יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א אבד"ק סלאטפינא ב"פ און פאטער פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו לרגל דעם מעמד, און ארויסגעברענגט אז מיטן כח הציבור אינאיינעם מיט די זכות אבות פון די הייליגע זיידע'ס למעב"ק נבג"מ וועט בנו קענען מרבה זיין מיט הרבצת התורה במדה גדושה.

דערנאך האט מען געהערט א דרשה פונעם דיין הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל "ויען דוד" און שווער פון הרה"ג ר' ליפא שליט"א, וועלכער האט דערמאנט בתוה"ד וואס מען טרעפט אין גמ' אז א אמורא האט געזאגט "אני יחיד בנגעים ואהלות", און דער דיין שליט"א האט געזאגט אז ער קען זאגן אויף זיין איידעם דער ניי אויפגענומענער מו"צ שליט"א אז ער איז א יחיד אין הל' טהרה, און געזאגט אז כאטש כלום אב מעיד על בנו און חתנו כבנו, אבער ס'איז א מילתא דעבידי לגלויי וואס אלע רבנים וואס האבן איהם געגעבן הורמנא זענען געווען מלא התפעלות פון זיין געוואלדיגע קענטעניס.

דאן האט מען געהערט די דרשה פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא שליט"א וועלכער האט מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברעגנט די באדייט פונעם התמנות, און אפעלירט דער ציבור זאל צוזאמען ארבייטן בשכם אחד להגדיל תורה ולהאדירה וואס דאן וועט מען בעז"ה גאר אסאך אויפטוהן.  מיט דעם האט זיך געשלאסן די געהויבענע און היסטארישע מעמד, וואס איז נאך אלץ די געשפרעך פון טאג איבער די גאנצע שטאט.

-תשית לראשם עטרת פז-

•♦•


תוקן על ידי היראים ב- 29/11/2011 02:21:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2011 02:18 לינק ישיר 

מעמד קביעות מזוזה
אין נייעם בנין הישיב"ק אין לאנדאן

בילדער דורך: דוד בראון
 
ביי תפילת מנחה
 
דער רב שליט"א ביים קובע זיין די מזוזה
ווערט געזעהן: דער מענעדשער האברך ר' יואל לאנדא הי"ו
 
 
 
 
 
 
 
♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 22:46 לינק ישיר 

איך האב דעם קאסעט ווי דער שוואגער ליבערמאן איז מודה אז זיין שוואגער דער מנוול משה נתן האט געטאן מה שעשה.

באשולדיג נישט רביצין סאשא ווייל איך קען באשולדיגן די שפיצקע !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 22:27 לינק ישיר 

Ex.220 updated. - Include hard update about Gezeireh on Tzion Hk' in Miron. / Recorded Mamed Lechaim in Antwerpn 2Hismanes of Dayunim: Ex.53



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/11/2011 22:04 לינק ישיר 

דעקלעראציע כתב:
מען האט אויפגענומען א זון פון ר' משה נתן פאר מו"ץ? רעבעצין סאשע ווייסט דערפון?


ביסט נאך ציגעוואינט פין אלטע פייגא'ס צייטן אז די רעביצען פירט דאס חסידות ?


ניין, איך לעב אין די צייטן וואס די רעבעצין פירט די שמוץ

איך געדענק זייער גוט ווי אזוי סאשע האט געפירט די קעיס אנטקעגן משה נתן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 21:53 לינק ישיר 

אגב,
ר' מאיר וו''ב האט לעצטנס איבערגעדריקט מאמרים פין ויואל משה מיט א זעלטן הערליכע פירוש 'אור כי טוב' ועוד ידו נטוי'
ר' ליפא ט''ב איז אין איידעם ביי הג''ר חידא ווייס דומ''ץ
ביידע זענען באקאנטע ת''ח וואס שטייען גרייט לדין ולהורות שוין א לענגערע צייט פאר אין איז א שטאלץ פאר די קהילה
אין זענען נעכטן אויפגענומען פאר מו''ץ אין די קהילה ביי א הערליכע הכתרה ווי רבינו שליט''א האט משמיע געווען ד''ק דורך א הוקאפ


תוקן על ידי היראים ב- 28/11/2011 21:55:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2011 21:53 לינק ישיר 

oאטמארער כתב:
מען האט אויפגענומען א זון פון ר' משה נתן פאר מו"ץ? רעבעצין סאשע ווייסט דערפון?


ביסט נאך ציגעוואינט פין אלטע פייגא'ס צייטן אז די רעביצען פירט דאס חסידות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 21:48 לינק ישיר 

מען האט אויפגענומען א זון פון ר' משה נתן פאר מו"ץ? רעבעצין סאשע ווייסט דערפון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 21:44 לינק ישיר 

א זין פין משה נתן וויינבערגער אין א איידים ביי הרב הגאון ר' בעריש קאהן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 21:20 לינק ישיר 

היראים כתב:

 

 



וועמענס זון איז ר' מאיר וויינבערגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ורוח הקודש אומרת כן ירבה, חשון תשע''ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext