| נשלח ב-28/11/2011 23:17 |
|
| |
די חלה דעקלעך פייערן שוין ווייטער זיג
קוים א וואך זייט די ארונים האבן געפייערט א מעכטיגע זיג אז די סאוט אכט שוהל פערמיט איז רעוואוקט, און עס וועט בלייבן פארשפארט אויף לעולם ועד, קומט יעצט אן די נייעס אז די ארונים האבן שוין ווייטער געווינען אז די ריכטער וואס זיצט אויף די קעיס פון די קעי דזשעי ווילידזש האט ארויסגעווארפן די גאנצע קעיס, דא קומט א גרויסע 'אבער' אז די ריכטער האט צוגעלייגט אז מען קען יא אריינקוקן אין די קלאגע איבער די קאמיוניטי רום, וואס דאס איז געווען איינע פון די הויפט טענות וואס מען האט פארלאנגט עס זאל געשליכטעט ווערן, אבער ביי די חלה דעקלעך איז שוין א געווינס די איצטיגע פסק.
אוודאי וועלן די ארונים שרייען אז די זאליס האבן געוואלט בעיקר אינגאנצן פארשפארן די ווילידזש, אבער יעדער וואס קען ציילן 1 + 1 ווייסט און פארשטייט אז דאס איז נישט געווען די ציהל.
יעצט קענען זיי טאנצן חסדי השם אז זיי פירן ווייטער די ווילידזש, מיר וועלן זיי שטארק מכיר טובה זיין דערפאר פארן אונז לאזן זיצן ביי זיי אויף קעסט בשעת זיי דארפן זיך ספראווען מיט אלע שטרויכלינגען אנגעהויבן מיט צרות פון די שכינים און געענעדיגט מיטן אויפרוימען די גארביטש און פאשקעווילן...
תוקן על ידי סעלפאן ב- 28/11/2011 23:19:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 22:43 |
|
| |
מורא'דיג, קודם איז עס געווען פלעין שקר!, ווען מען האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן האט מען בלויז געשריגן שקר! און מען האט געווינען, ווען איר האט אייך געכאפט וואס פאר א פערדישקייט דאס איז, האט איר געטוישט דעם ניגון, פון שקר איז געווארן פארצווייפעלט און נעריש, מיר טרייסטן זיך מיט חלשות? מיר טרייסטן זיך מיט א געפאקטן בית המדרש, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א שיעור, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א תקנה, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א הידור, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א משלחן מלכים, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א דרשה, ניין! אונזער רבי האט נישט קיין עס יו ווי, און מיר האבן נישט דעם דברי חיים'ס ספר תורה, מיר האבן א לעבעדיגע ספר תורה, מיר האבן דעם הייליגן דברי חיים אליינס, מיר טענה'ן נישט ווער עס האט מער מענטשן, מען טענה'ט נאר צו מען שרייבט גרינע פונטס צו רויטע, צו כעזקל ספעלט מען כעזקל צו חאצקל, און ניין! די זאליס זענען נישט העפי, זיי זענען זיך נישט מחי', און די לעצטע פאר יאר האבן מיר געווינען אלע קארט קעיסעס, דער בית החיים איז בידינו, די מתיבתא בנינים איז בידינו, בארא פארק איז בידינו, און וויליאמסבורג האלטן מיר שוין דארט ווי ענק טראץ ענקער גניבת הבנינים, ניין! מיר זענען נישט צובראכן, טאמער שפאצירן מיר אריבער ביי דעם בנין בית המדרש החדש אויף ראס סטריט, ברענגט דאס ארויס א מעכטיג שמייכל, מיר שפאצירן ווייטער און זעהן דעם בית המדרש של הראב''ד און מיר דערמאנען זיך וואס עס וואלט חלילה געקענט זיין מיט דעם דאזיגן ראב''ד און ווי ער געפינט זיך היינט, ברענגט דאס ווייטער ארויס א געוואלדיגע שמחה, מען גייט ווייטער ארום דעם קארנער קיין ראדני עס טיט אביסל וויי אז מיר האבן נישט ראדני, אבער ווען מען כאפט א בליק אויפן תוהו ובוהו, קומט ווייטער א שמייכל ארויף אויף די לעפצן, מיר דארפן נישט קיין חיזוק,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 21:50 |
|
| |
רעסלער, פון דיינע פארצווייפעלטע און נערישע ענפערס ווייזט עס אז ענק זענען גוט אין דער ערד, זיך טרייסטען מיט חלשות און מיט קינדערישע כינויים, נעבעך נעבעך, די וואס האבען געהארגעט מענטשן יארען לאנג געשלאגען און געפלונדערט, ווייל זיי גייען זיין איין טאג מיט זייער ראש הקליפה מושל בכיפה, און מ'האט ענק אזוי מיאוס אריינגעשניטען פון אלע זייטען, ענק דארפען זיך טענה'ן ווער ס'האט מער מענטשען ביי הקפות און ביי די טישען, איך ליין דיינע תגובות און איך כאפ מיך אן ביי די זייטען, דיינע תגובות זענען גרויס חיזוק פאר אונז און איך בין זיכער אז די זאלוינים זענען זיך נאך מער מחיה דערמיט, בלייב דא מיט אונז נאך אביסעל מהנה צו זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 21:09 |
|
| |
פארגעסן ! פלויט, משתמש בקודש. שרעקעדיג..........
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 20:32 |
|
| |
א באפעל פונעם משתמש בקודש, נישט חלילה ענטפערן צו דערזאך, רעדסט נישט פונעם פאקט אז די טישן זענען ליידיג, רעדסט נישט חלילה פון די תוהו ובוהו הקפות, רעדסט חלילה נישט פונעם פאקט אז אין די געאסערטע האל איז כמעט נישטא קיין חתונות, רעדסט נישט פונעם פאקט אז אפילו הייסע זאליס ווי ענגלענדער און בראך וכו' פארלאנגען אז זיי ווילן נישט ליגן אינטערן פלויט, רעדסט נישט פונעם פאקט אז מען האט אונז ארויסגעשטויסן פונעם בית המדרש החדש, רעדסט נישט פונעם פאקט אז די צוויי אהאלב טויזענט קווינסער בחורים רופן דעם גז''ל ביים נאמען, רעדסט נישט פונעם פאקט אז מען האט מיאוס פארלוירן דעם קארט קעיס אין קרית יואל און די קרעטשמע בלייבט שוין פארשפארט לעד ולנצח, ניין! פון די אלע זאכן זאלט איר חלילה נישט רעדן, אפילו נישט ברמז קל, חס מלהזכיר!, איר זאלט נאר רעדן פון כעזקל, קאמפאט, גרינע פונטס, נפטרים מיט תכריכים לויפן אין די גאסן, (מן הסתם האבן זיי געמיינט נפטרות, ווייל נפטרים איז דארט כמעט נישטא) מען קען רעדן אז גבאים ווערן לופט און נאך אזעלעכע שטותים, אבער חלילה נישט קיין ערענסטע דיסקאשן ווייל דער אמת שמייסט אין פנים.
תוקן על ידי RESTLER ב- 06/12/2011 20:50:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 20:15 |
|
| |
אינטערעסאנט, די זעלבע מעשה האב איך געהערט איינעם ענטפערן ווען ער איז אריין צום סבלן'ס טיש אין קרית יואל, און ס'האט געהערשט דארט א שרייעדיגע וויסטעניש באגלייט מיט בזיונות כרגיל, קודם זענען נאך געווען עפעס בחורים וואס האבן נישט קיין ברירה, אויב זיי ווילן נישט בלייבן הונגעריג מוזן זיי קומען וואו מ'סערווירט זיי סאפער, וויבאלד די בחורים האבן אפגעגעסן זייער נאכטמאל שוין אנטרינען געווען פון דארט און געגאנגען זיך אויסרוען אדער נאכשרייען די "פסולי קידושין" ווייבלעך און איבערגעלאזט דעם סבלן מיט אפאר באטשיס...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 20:13 |
|
| |
גז"ל ?! ניין פליז זאג עס נישט.
נאך אזאך, חמלה ספעלט מען אזוי 'כעמלה'
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 20:02 |
|
| |
און גיי אריין פרייטיג צונאכטס צום טיש פונעם גז''ל, און פון די אלע רבבות איז עפעס געווארן לופט, ווי ארויף געפלויגן אין די וואלקענעס, כעשן יכלו!, איך פרעג מיין זאלי שוואגער, וואו איז דער עולם? דו שרייסט דאך כסדר אז איר האט 80 פראצענט פון וויליאמסבורג, זאגט ער מיר, זעסט נישט? זעסט באמת נישט וואס פאר א שיינער עולם ער האט? ער האט א שענערן עולם פון אשויער רבי, א שענערן עולם פון בראדער רבי, און א גרעסערן עולם פון מישקאלצער רבי, וואס זאל איך אייך זאגן? נאר חמלה וואלט זיי געהאלפן!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 19:41 |
|
| |
סוקסעספול? דאס איז נישט דאס ווארט, איבערקערענישן ממש..
איין נאכט גייענדיג אויף סעווען ספרינגס זעען עטליכע אידן ווי א גאנצע מחנה נפטרים לויפן אויפ'ן ראוד, יא, מיט די תכריכים, לויפן ממש מיט איין אטעם, וואס גייט פאר? פרעגן די דערשראקענע אידן. דו ווייסט נישט? גיי אין היידפארק, זעה נאר ווי די ארונישע קליינע קעפלעך האבן געזאגט אז די גיגאנטישער נייע בית החיים איז בכלל נישט קיין בית החיים דאס איז עפעס א פאלאק'ס לאט.. געלונגען, אין איין רגע, אויס בית החיים..
איין גלאטן דינסטאג, דער רבי שליט"א גייט ארויס פון הויז מיט צוויי גבאים און א הויז בחור, והנה און אט, דאס אומגלויבליכע פאסירט, איין גבאי נאכ'ן צווייטן ווערן פשוט לופט, יא יא, פשוט צוגאנגען וואו אין די וואלקענעס אריין, דער רבי בלייבט איינער אליינס אינמיטן גאס.. וואס גייט דא פאר געוואלד? וואונדערן זיך די דורכגייענדע, איר ווייסט נישט? גייט אריין אין עולם הדמיון וואס הייסט היידפארק, דארט האבן די שארפסטע קעפ פון די חלה דעקלען מסדר געווען די גבאים אחת לאחת, משה גבאי - "בן פראדל", אויס, לופט.. שמואל גבאי - "קאמפאט" ווערט גלייך נעלם פון די פלאנעט, אפילו דעם קליינעם אומשולדיגן הויז בחור האט מען ערלעדיגט מיט עפעס א "פעפעריגן" צונאמען, צוגעשטעלט דורך די גאר "שארפע פיקחים" (קינדערלעך) וואס פירן די ארונישע באן..
דאס זעלבע מיט די דיינים, ראשי הקהלה, און איך וויל נישט זאגן ווייטער..
איך מיין אויב גייט דאס ווייטער אן אויף דעם וועג און קיינער וועט עס נישט אפשטעלן, איז שאך מאט..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 19:25 |
|
| |
איך זהע אז די באגרייפסט בכלל נישט ווי ווייט די צושרויפסט אונז אלע ווען די באניצט זיך מיט'ן כינו געווער. לאמיר דיר קלאר מסביר זיין: מיטן שרייבען כעזקל וכדומה ווארפסטו אריין אלע חסידי רבינו שליט"א אין א נערוונדיגע צושטאנד, מיר אלע פארלירען די גלייכגעוויכט, נישט קיין ווינדער פארוואס יעדער רופט זיך אן. ס'קומט פון גרויס פארלוירענקייט. פארפאלען ענק האבען איין געווער מיט וואס מיר קענען זיך נישט א עצה געבן.
און איך מיין די וואלסט דאס שוין געמעגט וויסען זייט 'סאסמאן שול' - 'קווינס קעמפ' - 'פאלאקס לאט'- 'ביית חיינו טעמפל'- 'שמואל קאמפאט'- 'מנשה פון ראסס'- 'מנשה סילוף'- וכו' וכו'- האבען זיך ארויסגעשטעלט צו ארבטען סוקסעספול.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 19:01 |
|
| |
עפעס א זאלי מחלה, א וחילופיהן בגולם סינדרום, איך שמועס מיט KJ ענטפערט בצל הקודש, ענטפער איך פאר בצל הקודש, והנה דער גולם מישט זיך אריין, וויכטיג טרעפט פאר וויכטיג צו ענטפען, זענען טאקע אלע זאלי ניקס דער זעלבער פערשוין? און בכלל, די זאליס קענען נאר פארדרייען דעם שמועס, כעזקל! מיילעך! קאמפאט! קיין נארמאלן דיסקאשן קען מען מיט זיי נישט האבן, ווי אויבן געשריבן, אשאד אז זיי זענען אויסגעשפראכענע קעגנער פאר שערי חמלה, שערי חמלה וואלט פאר זיי געווען א ישועה, א שאד! א שאד!, כל השערים ננעלו חוץ משערי חמלה!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 18:25 |
|
| |
Quote RESTLER "אין רופטס רעב כעזקל זאל נאכאמאל שרייען ווי א עגלה ערופה, און מיידלעך שטערן וועט אויך....." ס'ווערט דא מער ערנסט פון מינוט צו מינוט... עפעס מוז דא דראסטיש געטון ווערן צו אפשטעלן די אומדערהייבבארע אטאקעס וואס קען ממש ערלעדיגן און אונטערברענגען אלעס ביז אפאר מינוט.. פון כעזקל צו מיי....ך שטערן, (איך וויל נישט נאכזאגן די טיפיקל אהרונישע ניוול שפראך), איך האב מורא אז נעקסט קומט נאך עפעס א מעכטיגע זעץ אשטייגער ווי "שמואל קאמפאט" און מיר זענען טאטאל קאפוט.. איך בעט דיך דאס איין מאל הער אויף..
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 17:09 |
|
| |
HOW ABOUT א פרישער ספרי תורה פראטעסט? איך קען שוין קוים ווארטן!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 17:01 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | איך האלט אז מיט שרייבן ר' כעזקל קענען מיר זיך דורכקומען, דיין פראבלעם איז דאס איבעריגע וואס איך שרייב, יענץ טיט פיל מער וויי, ווייל דער אמת שלאגט אין פנים, זיי דיך מודה! |
|
ביסט טאטעלי ראנג ! אמת ס'טוט מיר זייער וויי וואס דו שרייבסט, איבערהויפט ווען די מאכסט עס גרין, דאך אבער נאכען זיך וואלגרען פאר יסורים אפאר שעה בארוהיג איך מיר מער ווייניגער. אבער רעב כעזקל... דאס שלינג איך שוין נישט אראפ. דעריבער הויעכגעשעצטער רעסטלער, בעט איך דיר בכל לשון של בקשה, ס-ט-א-פ !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 16:36 |
|
| |
איך האלט אז מיט שרייבן ר' כעזקל קענען מיר זיך דורכקומען, דיין פראבלעם איז דאס איבעריגע וואס איך שרייב, יענץ טיט פיל מער וויי, ווייל דער אמת שלאגט אין פנים, זיי דיך מודה!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 04:58 |
|
| |
רעסטלער, איך זהע ס'גייט נישט מיט גוטן העט עס מוזען גיין מיט בייזען. סטאפ צו שרייבען כעזקל אבער שוין ! די הערסט וואס איך רעד צו דיר, סטאפ שוין !! זאלסט נישט זאגען מ'האט דיר נישט געווארנט.
|
|
|
|
|