מורא'דיג, קודם איז עס געווען פלעין שקר!, ווען מען האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן האט מען בלויז געשריגן שקר! און מען האט געווינען, ווען איר האט אייך געכאפט וואס פאר א פערדישקייט דאס איז, האט איר געטוישט דעם ניגון, פון שקר איז געווארן פארצווייפעלט און נעריש, מיר טרייסטן זיך מיט חלשות? מיר טרייסטן זיך מיט א געפאקטן בית המדרש, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א שיעור, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א תקנה, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א הידור, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א משלחן מלכים, מיר טרייסטן זיך מיט נאך און נאך א דרשה, ניין! אונזער רבי האט נישט קיין עס יו ווי, און מיר האבן נישט דעם דברי חיים'ס ספר תורה, מיר האבן א לעבעדיגע ספר תורה, מיר האבן דעם הייליגן דברי חיים אליינס, מיר טענה'ן נישט ווער עס האט מער מענטשן, מען טענה'ט נאר צו מען שרייבט גרינע פונטס צו רויטע, צו כעזקל ספעלט מען כעזקל צו חאצקל, און ניין! די זאליס זענען נישט העפי, זיי זענען זיך נישט מחי', און די לעצטע פאר יאר האבן מיר געווינען אלע קארט קעיסעס, דער בית החיים איז בידינו, די מתיבתא בנינים איז בידינו, בארא פארק איז בידינו, און וויליאמסבורג האלטן מיר שוין דארט ווי ענק טראץ ענקער גניבת הבנינים, ניין! מיר זענען נישט צובראכן, טאמער שפאצירן מיר אריבער ביי דעם בנין בית המדרש החדש אויף ראס סטריט, ברענגט דאס ארויס א מעכטיג שמייכל, מיר שפאצירן ווייטער און זעהן דעם בית המדרש של הראב''ד און מיר דערמאנען זיך וואס עס וואלט חלילה געקענט זיין מיט דעם דאזיגן ראב''ד און ווי ער געפינט זיך היינט, ברענגט דאס ווייטער ארויס א געוואלדיגע שמחה, מען גייט ווייטער ארום דעם קארנער קיין ראדני עס טיט אביסל וויי אז מיר האבן נישט ראדני, אבער ווען מען כאפט א בליק אויפן תוהו ובוהו, קומט ווייטער א שמייכל ארויף אויף די לעפצן, מיר דארפן נישט קיין חיזוק,
 |
|
|