זאליס אין בארא פארק היינט נאכט
איך וויל פערזענדליך זיך באדאנקן פאר די בני יואל-זאליס פאר מיר מאכן באקוועם אין א פרעמדע שטאט. וויילענדיג היינט נאכט אין בארא פארק לכבוד א שמחה האב איך זיך ב"ה געשפירט ממש ווי אינדערהיים אין קרית יואל.
נאך די געוואלדיגע אדורכפאל אין ערכאות די בנוגע די קרית יואל קעיס, און אין ביפארברייטונג פון זייער מעמד הלצנות ובכיה אין איינע פון די האטעלן אין מאנהעטן, האבן זיך די פירער פון בני יואל-זאליס זיך צוזאמגעזעצט כדת מה לעשות, ווי אזוי קען מען אינדערצווישן אינטערהאלטן דעם עולם און אויפהייבן זייער געמיט? זענען זיי אויפגעקומען מיט א פלאן ממש שלמה המלך'ס חכמה.
היות פאר א חודש צוריק איז פארגעקומען א געשלעג אין ארץ ישראל מיט די גערע חסידים, גייט היינט נאכט פארקומען א פראטעסט אין בארא פארק אדורך די נטורי קטרא-זאליס- בני יואל פארטיי.
די פראטעסט איז געווען אזא סוקסעס ווי די דינער פון שומרי החומות (15 מענטשן) און אסאך באקאנטע פענימער (פון די תשעה באב פראטעסטן אין קרית יואל). דער אלטע קוטשי קרויס פון בארא פארק( דער וואס האט זיך געקישט מיט אכמאדינידשאד), גאטהייל פון בארא פארק (דער וואס האט די סיין איןי בארא פארק ביי זיין הויז קעגן די עירוב- זיין בכור איז לעצטענס געווארן א מחלל שבת בפרהסיא), און דער חכם מחוכם צימערמאן (דער בעל פליגתא פון ליפא), און נאך אזעלכע משוגעים.
א גוט ווארט דארף געזאגט ווערן אויף גער, די פראטעסט איז פארגעקומען אינפראנט פון זייער ישיבה, און קיין איין בחור האט זיך נישט באוויזן אינדרויסן אדער עפעס גע'ענטפערט.
 |
|
|