בית פורומים אידישע געדאנק

אויפדעקונג: נייע קברים סקאנדאל פון יקטר-פריד-לאוב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2011 22:41 לינק ישיר 
אויפדעקונג: נייע קברים סקאנדאל פון יקטר-פריד-לאוב

אין ירושלים


מער איינצעעלהייטן מיט בילדער וועט שפעטער נאכקומען


עס רעדט זיך פון א "תמות נפשי" שערוריה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 21:51 לינק ישיר 

לאוב איז איצט מברר די פרטים און האלט אינמיטן פארבעצירן די פאקטן, באלד וועט איר עס קענען ליינען און זיין פארום "כל העולם כולו".




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 21:32 לינק ישיר 

א בילד פון איינע פון די אידישע מערות קבירה אויפן ארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2011 21:25 לינק ישיר 

די שערוריה וועלכע וואס גייט פאר איז ווי פאלגענד:

א שטאטישע געזעלשאפט פון ירושלים האט געווינען א אקשן צו אויסברייטערן א ראוד אינערהאלב די געגנט וועלכע רופט זיך "מורדות הר הצופים", אינמיטן די ארבעט איז דארט אנדעקט געווארן אור-אלטע מערות קבורה, די שטאטישע געזעלשאפט האבן אלארמירט די "רשות העתיקות" ארכעאלאגן, וועלכע האבן געוואלט אנהייבן פארזעצן "חפירות" אויפן ארט.

די בארימטע "אתרא קדישא" איז מיט סייעתא דשמייא געוואויר געווארן פונעם גאנצן אורזאך, און זיי זענען געקומען אויפן ארט און האבן אידענטיפיצירט די מערות אלס אידישע קברים פון פריערדיגע תקופות.

"אתרא קדישא" האט געפאדערט אפשטעלן די גראבונגען ביז מ'טרעפט א לעזונג אויף די מערות, אדער זאל מען דערווייל נישט ארבעטן אן קיין אויפזיכט פון "אתרא קדישא".

די רעליגעזע שטאט ראט פארשטייער זענען אריין אין בילד, און זיי האבן פרובירט מיט די בוי-געשעלשאפט צו מאכן א געוויסער הסכם וועלכע זאל פארמיידן די קברים פארשוועכונג.

אבער דאן האט זיך אנגעריקט שלום פריד (א מזרחיסט) אן אגענט פונעם "וועד" פון יאקטער מיט בן ציון לאוב, פריד וואס איז אן אפיציעלער ארבייטער פון "משרד הדתות" אויף עניני קברים אנגעלעגענהייטן און באקומט א חודש'ליכע וועידזש דערפאר, האט געסטראשעט די שטאט ראט פארשטייער אז טאמער מ'וועט מאכן אן אופמאך מיט "אתרא קדישא" וועט ער געבן די ערלויבעניש פון "משרד הדתות" אז מ'קען דארטן פארזעצן די חפירות און מפנה זיין די עצמות לקבורה, אנדערש וועט זיין אויב דער הסכם וועט געמאכט ווערן מיטן "וועד".

איר הערט א נבלה שטיק, אויב די "הסכם" איז נישט מיט אונז איז מסכים דער וועד פון בן ציון לאוב (וואס איז דערווייל נאכנישט באהאווענט און די פרטים) און יאקטער שמאקטער זאלן די קברי הקדמונים פארשענדעט ווערן,


דאס איז דער פנים פון די פאלשע פארשארבענע חברה וואס שלאגן זיך מיט אגודת "אתרא קדישא".


און די זעלביגע צייט אבער פארקויפן זיי פאר די ליטווישע רבנים און פאר די גאס אז נישט זיי זענען די וואס טראגן ארויס דיבת רעה קעגן "אתרא קדישא" פאר די שלטונות.

א בילד פון דאס פלאץ ווי מ'וויל אויסגראבן די מערות הקבורה







תוקן על ידי סוג ב- 01/12/2011 21:33:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אויפדעקונג: נייע קברים סקאנדאל פון יקטר-פריד-לאוב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext