הרחיבו מקום אהליך:
קהלתינו הק' 15'טע עוו. אין בארא פארק קויפט אפ שטח צו פארדאפלען בנין ביהמ"ד
א פרייליכער מעלדונג קומט פון אינערהאלב קהלתינו הק' והמעטירה אין עואב"י בארא פארק, ווי הנהלת קהלתינו הק' האט אצינד עררייכט בס"ד דעם דערנעבענדיגער שטח פון ביהמ"ד אויף די 15'טע עוו., ווי מען וועט אי"ה פארדאפעלן דעם איצטיגן בנין הביהמ"ד.
לכבוד דעם געלגנהייט איז נעכטן אווענט פאהרגעקומען א ענגע צסיבת לחיים מיט די ראשי הקהלה ועסקני הוועד קרן הבנין אין שטוב פונעם רב הרה"צ ר' שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי עס האט צו ערשט אויפגעטרעטן דער ראש הקהל ומייסד ביהמ"ד הרה"ח מוה"ר בערל פריעדמאן הי"ו מיט אייניגע ווערטער.
דאן האט אויפגעטרעטן הר"ר שלמה ווייס שליט"א מחשובי מתפללי הביהמ"ד ומגי"ש בקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קודש צו דער געלגנהייט און מאציל געווען ברכתו בקודש.
-בורא עולם בקנין השלם זה הבנין-