|
|
| נשלח ב-4/12/2011 17:19 |
|
| |
איז אמת די שמועה איבער די קראון הייטס ארמארי?
ס'מיר א שטיקל פלא,
יא איך פארשטיי אז ס'יז גאנץ נונט צו וומ"ב און ב"פ, און סיאיז א פראקיטישע - ארמארי סטייל - זאל, איז עס פארט נישט וואלקינג דיסטענס, און ס'נישטא דארט קיין ברעקל פארקינג,
וואסי די חשבון? אן פארקינג איז געהעריג חוזק געמאכט, די פיערס איז שוין בעסער,
איך האלט נאך אלס אז זונטאג נאכט און די וומ"ב ארמארי איז די בעסטע אפשן פאר די ארונים,
נאך רז"ל'ס דינער, 2:00 3:00 פארטאגס, זאל מען איינשפאנען אן ארמיי ארגענאזירטע וואלענטירן און אויסשטעלן די זאל כאוות נפשם, איך שטעל זיך פאר אז קיין סאך אנדערש וועט עס סיי ווי נישט זיין, ניצן די זעלבע טישן בענק, מייקס, קאך, סארווירער, וכו' וכו'
אפי' אויב מ'פלאנט צו אפדינגען א שטח ביי די נעווי יארד - צו ווי - פאר פארקינג און פון דארט צו פירן דעם ציבור, איז נאך אלס לפע"ד מיין המצאה בעסער
איך ווייס ס'פאלט אויף טויבע אויערן, אבער איך וויל פשוט עקספרעסן מיין מיינונג,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 17:45 |
|
| |
ס'איז זייער נאאיוויש פארצושלאגן אז מען קען אויס ארבייטן א פשרה אז די זאלונים מוצאי ש''ק און די אהרונים זונטיג, אפשר צוואנציג יאר ארום אבער נישט לעת עתה, וואס מיינט איר? עס וועט דארט בלייבן איין בית הכסא אומ-פארשטאפט? און דער מעין עלעקטער קעיבל וועט ארבייטן געהעריג? נאו וועי!!!, זיי וועלן אזוי סאבאטאשירן דעם בנין אז עס וועט נישט זיין צום נוצן, און דאן וועט מען זיין אינגאנצן אויסגעשפילט, אפילו אויב זייער הנהלה וועט אפשר באמת יא פראבירן איבער צו לאזן דעם בנין כהוגן, דארפן נאר אפאר חיות מחליט זיין צו סאבאטאש'ן דעם בנין און דער דורכפאל וועט זיין מעכטיג, מיר קענען נישט און טארן נישט נעמען קיין טשענס,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 18:17 |
|
| |
איך פארשטיי, טאקע א לעגיטימער זארג,
אבער איך קלער נאר, אז למעשה מאכט מען נישט אזוי ווייט קיין געשעפטן מיט די זאלונים, די געשעפט מאכט מיטן אייגנטומער, ניו יארק סטייט, הרשות בידם צו מאכן געשפעטן מיט ביידע,
איי סאבאטיזשירן, ס'מיר טאקע נישט בייגעפאלן, א לעגיטימער זארג, אבער איך קלער אזוי, אז ווי נישט ווי וועלן דאך די זאלונים עס אויך ניצן און די זעלבע 24 שעה, און פארזיך וועלן זיי דאך זיכער נישט וועלן סאבאטזשירן (מ'קען נישט וויסן ווער ווייסט), קלער איך אז די לעצטע שעה 2 פונעם מסיבה איז דאך דער זאל סיי ווי האלב ליידיג, זאל שוין דאן ר' אהרן'ס ארמיי וואלונטירן אריינקומען און בנין, שטיל און רואיג פארשטייצעך, זיך בלויז דרייען צווישן די טישן, אויסמישן מיטן ציבור, זיך דרייען און די קורידארן, שטיגן, ביהכ"ס, שטיין על המשמר אויף די גאר וויכטיגע פונקט פלעצער פונעם בנין, אזוי ס'זאל ממש נישט בלייבן קיין שום געלעגנהייט פאר א זאלי צו סאבאטיזשירן,
מיט-דעמ-אלעם, זעה איך דיין דערהער,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 02:19 |
|
| |
עס איז אינטערסאנט צו קוקן ווי פאלטש די פעיקער'ס לעבן ווי נאר זיי האבען באקומען די מארסי ארמארי וואס האט געדינט פאר א מאווי סטאדיא די לעצטע 10 יאר ווערט עס א מקום קדוש מ'נעמט זיך ניצן רביה''ק ז''ל פאר די ביליגע פראפאגאנדע זיי לייגן אריין די גאנצע אמונה טפילה אין אלע קינדערישקייטן אין זענען מבזה רביה''ק אין שפילן אים אויף ווי ערגער ווי די ליבאוויטשע זעהט די פאוסטער וואס זיי האבען אין איינלעניש אויסגעאהאנגען דאנערשטוג נאכט
 קרעדיט, משה'לע
די זאליס טאנצן פאר שמחה און שרייבן: היינט האט מען ב"ה ערהאלטן די גוטע נייעס אז דער "ארמארי" בילדונג, וועלכע אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט היסטאריע און נאסטאלאגישע זכרונות פון סאטמארער חסידים, וואס דענקן נאך די היסטארישע מסיבות און מעמדים וואס זענען דארט פארגעקומען, וועט אי"ה אויך דינען היי יאר אלס אכסני' פארן סעודת הודאה וכינוס תלמידי וחסידי סאטמאר רבתי. די היסטאריע פונעם "ארמארי" מיט סאטמאר איז גאר א רייכער. די התייסדות פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו קוה"ק זי"ע. דער היסטארישער מסיבת יובל העשרים פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און דער גאנצער בי"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, צענדליגער מסיבת כ"א כסליו במשך פון די יארן, די חתונה פון הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, חדב"ן מרן רבינו שליט"א, און נאך. דעריבער איז א גרויסע פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אז די הנהלת הישיבה האט באקומען דעם בילדונג.
עס רייסט דאס הארץ, ס'איז נישט אויסצוהאלטן אז די זאליס האבן דערווישט די הייליגע ארמארי, דארט ווי דער רעבעזיכרוינעווראחע האט געוויילט אין זיינע לעצטע יארן, מיר גייען אויס פאר קנאה!, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי, אוי! אוי! די זאליס האבן דערווישט דעם הייליגן ארמארי!, ממש דעם רבין זיחרוינע ווראחע אליין, ווען די אהרונים האבן ווען שכל, פראבירן זיי כאטש אריין צו כאפן דען רעבענס זיכרוינע ווראחע לינקע האנט, זיי וואלטן געדארפט גיין אויף פראט אינסיטוט וואס האט אויך זייער אסאך היסטאריע, אמת ס'איז נישט אזוי הייליג ווי די ארמערי, אבער פארט זייער הייליג, און אפשר גאר גיין אויף סט. דזשארזש האטעל, וואס האט אין זיך זייער אסאך קדושה, ס'איז דארט ווי דער ערשטער כ''א סעודה און דינער איז פארגעקומען לאחר המחלה פון רעבעזיכרוינעווראחע, און ווי עס איז געווען כינוס כללי'ס פון סאכדעס הרבנים בשנת תשכ''א און שנת תשל''א, בהשתתפות דע רעבעזיחרוינעווראחע, ובפרט איז דארט געווען די הייליגע חתונה פון הייליגן רעב חיים שיעלע, א קדושה בפני עצמו, אז מען האט נישט די זכי' צו די הייליגע ארמארי, זאל מען כאטש עפעס א שטיקל קדושה, ... זאגטס נאר נארישע זאלישלעך, וואס איז הייליגער? די ארמארי אדער די קרעטשמע? קומענדיגן כ''ב כסליו ווער וועט האבן די ארמארי און ווער וועט האבן די קרעטשמע, הע?, ווען מען גיט אייך א טשויס צו געווינען די ארמארי אדער געווינען דעם קארט קעיס אין קרית יואל, וואס וואלט איר אייך געוועלט, הא?, ווען מען גיט איין א טשויס צו האבן די ארמארי אדער צוריק צו באקומען דעם בית המדרש החדש וואס וואלט איר אויסגעקליבן, הא?, איך וועל נישט לייקענען אז די זאליס האבן געהאט עפעס א שטיקל סוקסעס מיט ערייכן דעם ארמארי ווייל די זאליס ווייסן גאנץ גיט אז אויב דארפן זיי פארן קיין מאנהעטן אדער קיין לונג איילענד סיטי וועלן זיי האבן א עולם ווי הושענא רבה, און חנוכה לעכט צינדן, זיי האט דאס אויסגעפעלט ווי לופט צום אטעמען און עס איז זיי געלונגען, כל הכבוד! אבער אריין צו ברענגען דעם רבין זי''ע און די קדושה פון די ארמארי איז פערדישקיין פון די גרעסטע מאס, טיפיקל זאלישע בהיימישקייט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 02:45 |
|
| |
סקאט, וואס איז צו דיר געשעהן? דיינע תגובות פלעגן דאך זיין אזוי צום זאך, אין וואס איז דא פלוצלינג געשען? האלטסטו באמת אז דיין פלאן איז אפילו ווערט צו דוסקוסירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 03:01 |
|
| |
האמנתי כי אדבר,
כאב מיך אביסל מתבונן געווען איבער מיין הצעה, און איך בין געקומען צו די הכרה אז דער קריוזער רעיון איז אין מיר נולד געווארן נאר מחמת וואס מיין מח איז פאר א שטיקל וויילע געווען אפוועזענדן און אויסגעשאלטערט פון די סאטמארע פוליטיק, איך זאג אייך דעם אמת, ס'מיר אביסל נשתכח געווארן די טיפער און פארביסענע ריס וואס די 2 צדדים האבן נאך עד היום, ממש ווי דער ערשטער טאג, ס'נישטא קיין טראפ ציטרוי פון איין צד צום אנדערן, יעדער ריר קוקט מען מען נאך מיט הויכע חששות, ממילא אויב מ'פארשטייט דאס נישט, קען מען מען אויפקומען מיט אזעלעכע זיסע ריגעלע-ריגעלע-רויגעז רעיונות,
איז עס נישט שרעקעדיג אז מ'האלט נאך דארט? נאר איבער 11 יאר, און די מיסטראסט איז פונקט ווי דער ערשטער טאג...שרעקעדיג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 19:24 |
|
| |
דעבאטע
איך וויל עפענען א דעבאטע וואס דער עולם האלט, צו גייען די זאלונים מתיר זיין די מכלומר'שטע איסור אויף בילדער אוי ף כ''א כסליו? אדער איז די גאנצע איסור נאר א וועג פין דערשטיקן בישות,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 20:01 |
|
| |
דער איסור איז אויסדרוקליך נאר אויף צורת קדשו פון רבי'ן, ווי ר' שמואל טייטלבוים האט געשריבן אין בריוו. דעריבער איז דער דעבאטע אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:01 |
|
| |
ווען איך האב געזען מיינע קינדער זיך אייסערן וועגן די ארמערי, האב איך זיי אנגעשריגן: קינדערלעך, אנשטאט זיין ביזי מיט ארמערי'ס לערנטס א מאור ושמש אדער תפארת שלמה אויף כ"א כסליו
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:31 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | דער איסור איז אויסדרוקליך נאר אויף צורת קדשו פון רבי'ן, ווי ר' שמואל טייטלבוים האט געשריבן אין בריוו. דעריבער איז דער דעבאטע אויס. |
|
פארוואס האט דער איד און די פיקטשער בילדער גענדיגט מיט די בילדער פונעם עולם ? דאס וואונדער האט זיך שוין אנגעהויבן תיכף ביי יעדן דא רעד ר' זלמן אז דער גאנצער פראבלעם איז נאר אז צורת קדשו פון אזא ת"ח טאר נישט זיין אויסגעמישט מיט גוים און נאך און פלוצלינג קומט א עמטליכע טעראר אויף אלע מאגאזינען אז מטאר מער נישט לייגן בילדער אפילו פונעם עולם טא וווען מיינט מען דעם עולם און ווען מיינט מען ר' זלמן? קען זיין אז די לישקע וועט מוזן ארויסקומען מיט א פסק אז עת לעשות לה' ממילא מעג מען מבטל זיין די תקנה
דאס דערמאנט מיר די מעשה וואס מזאגט אויף ר' ישעי' יעקב שטויבער אלס מנהל וואס האט געזאגט פאר די קינדער אז "מטאר נישט קוקן אויף קיין פרויען נאר אויף די רביצין איין קוק און שוין"... ממילא וועט מסתם די לישקע ארויסגעבן א פסק אז איין גוטע פיקטשער פונעם עולם און שוין..
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 23:45 |
|
| |
דער הסכם אות באות וואס די זאליס האבן אונטערגעשריבן.
בס"ד יום ה' לסדר ויצא תשע"ב הסכם משני צדדים
אנחנו הח"מ ישבנו במותב ארבעה ביחד הצדדים כדלהלן: מצד אחד ה"ה הרבני הנכבד חיים יצחק מאנדעל הי"ו, מנהל מוסדות סאטמאר 82 LEE והרבני הנכבד מו"ה שלמה יודא מאשקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאטמאר 82 LEE ומצד השני ה"ה הרבני הנכבד יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאטמאר 76 RUTLEDGE והרבני הנכבד מו"ה מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר הי"ו מוסדות סאטמאר 76 RUTLEDGE
ובעזהשי"ת באנו לעמק שוה בנידון בנין NY STSATE ARMORY בוויליאמסבורג לצורך הסעודת הודאה כ"א כסלו תשע"ב.
צד השני הסכימו מרצונם הטוב שצד א' יקבל את הבנין לשנת תשע"ב (ויש לנו אפשירות לקבל בנין ארמארי הנמצא בקראון הייטס לשנת תשע"ב) ואי"ה בשנת תשע"ג יקבלו צד השני הבנין ארמארי הנמצא בוויליאמסבורג. (ואם יהי' איזה מניעה מצד הממשלה גם יהי' לנו דין קדימה באיזה מהבנינים שיהי' אפשר לקבל).
ובזה באעה"ח
אברהם חיים אייזנער חיים יצחק מאנדל - 82 LEE שלמה יודא מאשקאוויטש - 82 LEE
מרדכי אלעזר הירש - 76 RUTLEDGE יחזקאל דוד בערקאוויטש - 76 RUTLEDGE
די רעגירונג האט פארזיכערט א קאוואנענט פונעם גאווארנערס שטאב צו באשטעטיגן אז די סטעיט וועט אויספאלגן די תנאים פון דעם אונטערגעשריבענעם שטר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 04:54 |
|
| |
די זאליס ארבעטן שוין איבער א וואך צוציגרייטן די מארסי ארמארי
מענטשן ווינדערן זיך פארוואס דארפן זיי האבען אזויפיל צייט???
יעדן טאג וואס מ'דינגט דעם זאל קאסט זיי דאך גרויס געלט...
די סיבה דערצו איז אבער ווייל זיי האבען זייער אסאך ארבעט
די פאפעראציע קומט נישט אן אזוי גרינג
בשעת די בחורים טאנצען אויף היידפארק ווי גרויס די ניצחון אז די ארונים האבען מוותר געווען אויף די מארסי ארמארי אויף היי יאר זענען די קעפ שוין א וואך פארנאמען צו הענגן גרויסע ליילעכער אויף ביידע זייטן צו פארדעקן די גאלעריען אין שניידן גרויסע שטיקער אויף ביידע זייטן פונעם זאל,
נאכדערצו האלטן מען אינמיטן אויפשטעלן ריזיגע סטעיזשעס פאר די צורך שעה / חי' שעה פיקטשער צו צייגן אז איין מאל א יאר האבען זיי מענטשן פאר אפאר מיניט (עכ''פ אויפן פיקטשער)
עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל
עטליכע יאר צירוק, נאכדעם וואס די גאנצע יודישע וועלט איז געווען אינטערן רושם פין די גרויסע חתונה פין הרב אב''ד ביהמ''ד בית ברוך אין ק''י בן מרן רבינו שליט''א וואס געבראכען היסטאריע ביים יודענטום, דאן האבען די זאליס וועלכע האבען דאס נישט געקענט אראפשלונגן פראפאגאנדירט אז זיי קענען אויך אין האבען עטליכע חדשים שפעטער אויך געדינגען די ארמארי פאר זייער חתונה
אבער ווען דער טאג איז אנגעקומען אין מ'איז אריינגעקומען אין זאל, האבען מענטשן נישט געקענט גלייבן וואס פאר ליצים אין בלאפער זיי זענען, וויאזוי זיי האבען אויסגעשטעל די זאל בלויז פאר די פיקטשער אין געניצט אלע מיני טאקטיקן צו פארשטאפען די לעכער
זיי האבען געמאכט די אויבן אן אין 'בעק' (צו מארסי עוו'), אין 'אריינגעריקט' ווי מער אין זאל,
גענצליך אפגעשפארט די פאדרעשטע זאל מ'זאל זיך ניטט קענען דארט 'דרייען'
די גאנצע אויבן אן אין געווען 'רינדעכיג' עס זאל אראפשניידן גרויסע שטיקער פין די זאל
די פארענטשעס זענען געווען בלויז אויף די 2' זייטן' אין 'אריינגריקט' פין ביידע זייטן ווי מער
גרויסע 'ליילעכער' האבען געהאנגען פין ביידע זייטן צו פארדעקן וויפיל מ'האט אריינגעריקט אין ס'זאל גיט צייגן פאר די בילדער, לעשות רצון הפיקטשער רבי...
די סעודה האט מען סערווירט מיט 'רינדעכיגע' טישן
אינמיטן די זאל האט מען אויפגעבויט א גרויסע 'סטעיזש אויף די ברייט פין די גאנצע זאל' אין מ'האט עס צוגעשפארט פין אלע 4 זייטן אין דארט איז געווען רעזעווירט פאר פרויען ביי מצוה טאנץ קיינער האט דארט נישט געמעגט ארויפגיין, וואס האט אטאטמאטיש געשניטן איבער א דריטעל זאל...ווייל אינטער די סטעיזש איז געווען גענצליך אפגעהאקט.
כדי ס'זאל נישט צייגן אז מ'האט ארפגעשניטן א דריטל פונעם זאל האט מען אינטער דעם סטעיזש געלייגט טישן פאר די בחורים בלויז פאר די סעודה ... (אין זענען נאר דארט געווען ביז דער פעיקער איז אריינגעקומען, נאכדעם איז עס געווען ליידיג ווייל ס'איז געווען ווי אינדרויסן פין זאל מיט א די ווענט פין די סטעיזש) (פארשטייט זיך אז דאס האט מען נישט געוויזן אין די מעכטיגע שפיצער אלבום...)
אויף די רעכטע זייט פין די זאל האט מען אריינגברענגט עטליכע טרעילערס מיט בית הכסא'ס (זעהט אויס אז די גאס האט נישט געהאט קיין פלאץ...)
וכו כו'
אין טראץ וואס דארט האט מען פארשטייט זיך יא געברענגט דעם ברך משה ז''ל איז דארט געווען ריזיגע לעכער אזש שפיצער האט געדארפט שווער ארבעטן צו מאכען א גיטע פאזעל צופרידען צו שטעלן דעם מחותן אבי הכלה
די זעלבע היסטארי חזר'ט זיך יעצט איבער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 05:04 |
|
| |
ווער איז דער אבד בית ברוך, וואס דו דערמאנסט? ר ברוך ט"ב? און אויב יא, איז די אייניקל וואס איז אים יעצט געבוירן געווארן, ביי די קינד הנ"ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 05:48 |
|
| |
די גאנצע איסור פון כאפן בילדער איז געווען בבחינת אין איסור חל על איסור...
תיכף ווען די בילדונג דיפארמענט האט ארויס געגעבען אן איסור צו קענען האבן א פערמיט אויף די ראסס סט. ביהמ"ד, איך מען קען מער דארט נישט מאכן די נעילת החג טיש, - וואס די גאר הויכע דאך אינעם ראס שול האט געמאכט אויסקוקען די בילד 5 מאל וויפיל מענטשן עס איז באמת געווען - תיכף נאכדעם האט רז"ל ארויס געגעבען דעם איסור אויף די בילדער, ווייל ער האט געוויסט אז אין ראדני וועט זיין בילד זיין קיין צענטעל פון ביהמ"ד הופפער.
איז איצט - מארקט מיי ווארד - די זאליס גייען מתיר זיין די בילדער מיט טויזענט תירוצים, אזש אז די רעבע זכרונו לברכה איז אראפ געקומען אין ארמארי און שטרענג באפוילען אז מען זאל יא לייגן בילדער...
אבער טאמער די ארמארי פון די אהרונים וועט זיי איינפאקען, וועלן די זאליס אנהאלטען דעם איסור.
|
|
|
|
|