ווי עס שיינט בוסטו היבש א נייער דא אויפן פארק, לערן דיך אויס אפאר כללים און דאס לעבן וועט דיר גרינגער זיין.
קודם כל ווען מ'שרייבט אויפן פארק אז די אהרונים אדער די זאליס פלאצן, שעלטן, שוימען פאר כעס וכו', מיינט נישט בפועל אז ווען דו וועסט ארויסגיין אויף די גאס און טרעפן איינעם פון די צוויי פארטייען פלאצט ער, אדער ער שעלט, דאס איז נאר אזא וועג וויאזוי מ'שרייבט.
צווייטענס, אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערן בין איך נישט קיין פארלירער און דו בוסט נישט קיין געווינער, א געווינער און פארלירער איז נאר דא ווען 2 אידן האבן משקיע געווען אין עפעס, אדער ווען איינער פון די פארטייען פארלירן אדער געווינען א קאורט קעיס וכדומה.
דריטענס, און מיט דעם וועל איך ענדיגן מיין לעקציע פאר יעצט, קיינעם'ס נפש גייט נישט צונער אויף היידפארק. יא, הערסט גוט. היידפארק איז בסך הכל א ווירטואלער מקום ווי מענטשן פון צוויי פארטייען מיט מיינונגס פארשידענהייטן לופטערן זיך אויס. קיינעם'ס נפש געפינט זיך נישט אויף היידפארק, עס זענען מיינונגן און שריפטן פון מענטשן וואס דו זעסט דא. דעצאל. אז איינער שרייבט נישט צו זאך איז אדער מחמת טיפשתו אדער סתם ווייל ער האלט אז ער האט גוט געענטפערט און דו מעגסט האלטן אז ער רעדט ווי א פערד פון ערשטע קלאס. ממיילע ווען דו זאגסט מיר אז מיין נפש ווערט נפגע פון היידפארק זאג איך דיר אז דו האסט א טעות, און אויב ווערט דיין נפש יא נפגע פון היידפארק זאלסטו באצייטענס אפטראגן ווייל עס איז נישט פאר דיינע נערווען צו דערהייבן. קענסטו זיך טענה'ן אונטערן מאסקע פון א ניק און דערנאך אוועקוואקן פון קאמפיוטער מיט א שמייכל, איז גוט. אז נישט, דאס הייסט דו בלייבסט נאך מיט עגבערנישן אין מוח צוליב היידפארק נאכן צומאכן דעם קאמפיוטער, בוסטו נעבעך אויף גרויסע צרות..
 |
|
|