מעג איך אפשר פרעגן ולשמחה מה זו עושה?
מיר געדענקן נאך אלע ווען די זאליס- בני יואל פלעגן אונז נאכשרייען חיי שעה? קוק וואס די יארן טוט מיט זיי. עס טוט זיך יעצט הימעל און ערד מיטן ארמערי, און איך קען מיר פארשטייען, ויהי ממחרת, כ"ב כסליו אינדערפרי, וועט דען רוס שוהל ווערן צוריק גע'עפענט?
די ביה"ח וועט ווערן צוריק זייערס?
די קרית יואלע מוסדות וועט ווערן זייערס?
די בניני הקהילה וועט ווערן זייערס?
וועט די בניני המוסדות אין בארא פארק ווערן זייערס?
וועט די בניני הקהילה אין בארא פארק ווערן זייערס?
וועט די ישיבה הגדולה מיט אלע אירע בנינים ווערן צוריק אונטער 82?
וועט זייערע בנינים אין וויליאמסבורג ווערן פול כשנים כדמוניות?
וועט מען מער נישט דארפן רעדן אין ישיבה אז דער רבי וועט נישט זאגן קיין לאנגע של"ס תורות און מען זאל למען הפארטיי קומען?
וועלן אלע רבנים מער נישט אנקוקן הגרז"ל ווי א ביטערע עם הארץ און פאר'ן גיין באזיכן רבינו שליט"א דארף מען זיך גוט פארקוקן נישט אויסצוזעהן ווי א חוזק
וועלן אלע רבנים א יראי השם אויפהערן צו עסן פון אונזערע שחיטה המהודרת און אריזאנע ווייץ?
וועט דען די ווילידש ווערן פארמאכט?
וועט די קרעשטמע ווערן צוריק אפן?
וועלן די אנטווערפערנע זאלונים שלום מאכן צווישן זיך אויפהערן זיך צו שלאגן איינער מיט צווייטן ווי קליינע קינדער?
וועלן אלע רבנים אין אייראפע אויפהערן צו ארבעטן מיט אדמת קודש און אנקוקן מיידלעך שטערן ווי א פשוטע מניוול?
וועט זיך דער בלאט פארמאכן (מ'האלט שוין נאך שבועות)?
וועט די שיכון אין בני ברק ווערן זייערס?
וועט אלע בניני הקהילה אין בני ברק ווערן זייערס?
וועט אלע בניני המוסדות אין בני ברק ווערן זייערס?
וועט הגרז"ל קענען בכלל אריינגיין אינעם שיכון אין בני ברק?
וועט זיך די כולל מיט איבער 100 אינגעלייט אין ירושלים פארמאכן?
וועט הרב וואזנער שליט"א אויפהערן צו רעדן וועגן רבי'ן שליט"א מיט די שענסטע טיטלן?
וועט דער יפו'ער מיט זיין הנהלה אין ירושלים זיך אויפצוהערן צו שלאגן ווי בעיביס?
וועט זיך אפשטעלן די קאלטע מלחמה צווישן יעקב בער און דעם יפו'ער?
וועט שמואל קאמפאט מיט משה גבאי שלום מאכן?
וועט דער נייע מאנסי רב שליט"א ווערן איין מינוט ווייניגער אראפקוקט אין מאנסי אדער ווי ביז היינט פון די גרעסטע און חשובסטע רבנים אין מאנסי?
וועט דער נייע לאנדאנ'ע רב שליט"א ווערן איין מינוט ווייניגער אראפקוקט אין מאנסי אדער ווי ביז היינט פון די גרעסטע און חשובסטע רבנים אין לאנדאן?
וועט הגרז"ל מער נישט דארפן זיין אויסגעשפילט אינעם באן סטאנציע אויפן וועג קיין מאנטשעסטער?.
וועט הגרז"ל'ס דרשות אנהייבן צו מאכן עפעס סענס?
וועלן די טישן און תפילות אין ראדני ווערן צוריק פול?
וועט דער גדר אראפגיין פונעם ביה"ח?
וועלן די גבאים וואס הגז"ל האט געשטעלט אין בארא פארק קענען טוישן א באנק אין 53?
וועט שאול פערלשטיין קענען בויען דירות העכער ראס?
וועט יעדער נערמאלער באגראבן זיין נאנטער אינעם ביה"ח?
וועלן ענק דארפן אויפהערן צו טשעקן יעדן אינדערפרי צו ענק האבן נאך זכות כניסה אין ענקערע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג?
און בכלל, ענק גייען דאך נישט טארן לייגן קיין בילדער פונעם כינוס, זאג וואס האבן ענק דערפון? פאר פלאץ דארפן ענק דאס נישט, אזוי ווי איינע פון ענק האט געשריבן אז פון ווען הרז"ל קומט אריין ווערט די זאל ליידיגער און ליידיגער יעדע מינוט, ביז די שפוץ ווען ער עפענט אויף זיין מויל. נאר איין ווארט: חיי שעה!!!!!