שטייענדיג קוים צוויי וואכן בעפאר סאטמאר וועט ווידער אקופירן דעם מעכטיגן גיגאנטישן ארמארי בילדונג אין וויליאמסבורג, שווימען פריש ארויף פאר סאטמארער חסידים די זיסע זכרונות פון די ליכטיגע מעמדים אין דעם זאל. נאך בהילו נרו על ראשינו ווען רביה"ק זי"ע דער בעל הנס האט באשיינט מסיבות אין דעם זאל, דערנאך די צענדליגער יארן מסיבת יום הצלה בצל מ"מ מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע.
ולאחרונה, דאס געזעגענוג פון סאטמאר מיטן ארמארי פאר ארום ניין יאר צוריק ביי די חתונה פון הגה"צ ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א חדב"ן מרן רבינו שליט"א, וועלכע איז געווען די לעצטע שמחה פון א אייניקל וואס מרן רבינו ברך משה זי"ע האט זיך משתתף געווען.
ב"ה היינט צוטאגס האט סאטמאר ווידער ערהאלטן צוטרירט צו דעם מעכטיגן בנין, וואלט געווען א פאסיגע צייט ווער עס האט בילדער אדער קליפס פון די מעמדים ומסיבות אין ארמארי זאל דאס ביטע ארויפשטעלן דא.
היסטארישע בילדער פונעם שמחת החתונה פונעם יעצטיגן מחותן הרב פייוויש שליט"א קרעדיט: רב קליפ
תוקן על ידי קל_וחומר ב- 08/12/2011 03:02:24
נשלח ב-7/12/2011 23:58
חתונה תשס"ג
נשלח ב-7/12/2011 21:15
עס דערמאנט זיסע זכרונות אלץ קליין קינד געדענק איך ווי שוין פון עטליכע וואכן בעפאר די גרויסע טאג כ"א כסלו האט מען שוין געציטערט ווען הרב אברהם ישעי' ווייס האט אונז געווארנט אז ער האט איינגעהאנדלט א טייערע קוקער (שפאקטיוו) אין די ווערד פון עטליכע טויזנט דאלער, עס קען זעהן ווייטע שטרעקעס.
ענדליך איז אנגעקומען די גרויסע טאג ווען די באסעס האבן אינז אראפגעלייגט ביים ארמארי, פון דארט ביז מען איז אנגעקומען אינעווייניג איז געווען איז געווען א פרשה פאר זיך.
ביים טיר האט מען זיך אזוי געריסן אריינצוגיין, נישט געווען איינער וואס זאל נישט דארפן זיכן די גלעזער קאפל אדער שיך, ווען נישט וואס די געביידע זאלן האבן אזעלכע שטארקע דיקע ווענט וואלט די גאנצע וואנט איינגעפאלן פון די געשטיפעניש טראץ וואס עס איז געווען א עקסטערע אריינגאנג נאר פאר אינז.
ווי נאר מען איז אנגעקימען אינעווייניג האט מען אינז ארויפגעפירט אויבן אויף די גאלעריע ווי מען האט אינז ארומגעפירט א שעה צייט ביז מיר האבן זיך שוין דערזען אויף די דריי שטאקיגע פארענטשעס פון ווי עס זענען נאכדעם געפלויגן די סאדע קענס אין גראבע סאלאמי סענדוויטשעס בשעת וואס יעדע מינוט הערט מען א ווארענונג פון ר' אברהם ישעי' 'נאך איינער שטעלט זיך אויף, דערנאך גייען אלע קינדער אהיים!!!'
אוי צדיק צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה דאס איז די ניגון וואס האט מיר הייזעריג געמאכט ווייל איך האב געוואלט אז מיין טאטע זאל הערן ווי שיין איך זינג די ניגון וואס מען האט אריינגעפרעגלט אין אינז אין חדר שוין פון וואכן בעפאר.