| נשלח ב-8/12/2011 00:40 |
|
| |
שוידערליכע אויפדעקונג: אהרונישער "אגודה למניעת חילול קברים" אויסגעהאלטן דורך די מדינה!
לעצטענס איז ערשינען אינעם ליטווישען "יתד נאמן" א שוידערליכע אויפדעקונג וואס דעקט אויף אביסל דעם שלייער פון די כנופי' לצים בנציון לאוב, אהרל'ע יאקטער און איל פורת. דער "יתד" טוט זיך אויף אז דער ליטווישער חבר הכנסת משה גפני האט ערלעדיגט אז דער אגודה למניעת קברים וועט באקומען א אפיציעלער און מסודר'דיגע גרענט פון "משרד הדתות" פאר זייערע אקטיוויטעטן. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די אהרונים שטייען אונטער אזא ארגענעזאציע וואס נעמט געלט באופן קבוע פון משרד הדתות, וואס ווי באקאנט שרייבט דער רבי אין ויואל משה אז נעמען געלט פון משרד הדתות איז דאס ארגסטע, ווייל זיי האלטן אויס יעדע רעליגיעזע אינסטיטוציע אין די מדינה אנגעהויבן פון מיסיאן געענדיגט ביי אראבישע מעטשעטס רח"ל. אויב האט מען געמיינט אז די מלחמה פאר קברים וואס בנציון לאוב מיט אהר'לע יאקטער פירן זענען סתם אונטערצוברעכן דעם כח פונעם שליח של גדולי ישראל, ה"ה הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א ווייל ער גייט נישט אין שפאן מיט ר' אהרן טייטלבוים'ס קאפריזן, ווערט מען יעצט געוואויר אז מיט דעם האבן זיי נאר אנגעפאנגן! און פון דארט האבן זיי זיך אראפגעדראפעט ביז צו דאס נידריגסטע, נעמען געלט פון די מדינה הטמאה! כשהן יורדין, יורדין עד לעפר! תרתי משמע! קודם מיט חילול כבוד שוכני עפר און יעצט מיטן געלט נעמען.
תוקן על ידי געלעכטער ב- 08/12/2011 00:53:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2011 00:48 |
|
| |
אט איז באגעלייגט דער שטיקל פון "יתד" מיט די שרעקליכע אויפדעקונג:

|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2011 19:52 |
|
| |
ער ברענגט א שטיקל יתד, וואו משה גפני באשרייבט זיך אז ער האט ארלעדיגט געלט וואס וועט גיין פארן ועד למניעת חילול קברים.
צו פארשטיין וואס משה גפני האט יא געטוהן, דארף איך איבער'חזר'ן וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אין די פארגאנגנהייט:
עס איז דא א איד וואס הייסט "שלום פריד", נישט קיין היימישער איד, ער ארבעט שוין יארן לאנג פארן משרד הדתות פון די ציונים בנוגע קברים, ער איז דער פון די משרד הדתות וואס באקומט די ידיעות פון די ארכילאגן וואו זיי גייען גראבן.
15 יאר האט אתרא קדישא געארבעט מיט אים האנט ביי האנט. ער האט געברענגט פאר אתרא די ידיעות וואו די ארכילאגן גראבן, און ער איז אפילו געווען פאר זיי א משגיח אויף מערערע פלעצער וואו די ארכילאגן האבן געגראבן.
נאך די אשקלון פרשה, האט "מאיר פרוש", דער וואס ארבעט אינאיינעם מיט אתרא קדישא טריט און שריט, און איז דער איינציגסטער וואס האלט זיי אונטער, און ער באשרייבט זיי נאך עד היום אין זיין "המבשר", (ער שרייבט אפילו קעגן די ועד למניעת), ער האט ארלעדיגט דעמאלס אז שלום פריד זאל באקומען א עקסטערע ספעציעלע געהאלט - אויסער זיין געהאלט אלס איינגעשטעלטער אין משרד - צו זיין א משגיח אויף קברים.
ביז דעמאלס פלעגט אתרא אים צוגעבן א עקסטערע וועידש אלס משגיח, און פון דעמאלס און ווייטער האט ער דאס באקומען פון די רעגירונג, דורך מאיר פרוש.
ער האט געארבעט אינאיינעם מיט אתרא קדישא ביז גאנץ לעצטנס, אפילו די לוי' פון די עצמות פון יפו וואס אתרא קדישא האט געמאכט, איז נאך געווען דורך אים, דאס הייסט אז ער האט נאך דעמאלס (אפילו נאכדעם וואס אתרא זענען שוין געווען צוריסן מיט די ראש ה'ארכילאגן שוקה דורפמן) געארבעט מיט אתרא און ער האט זיי געגעבן די עצמות.
די לעצטע יאר צייט, נאכדעם וואס אתרא האט פארלוירן אלעס און זיי האבן מער כמעט נישט קיין השגחות, האט ער געסוויטשט פון אתרא קדישא צו די ועד למניעת חילול קברים.
(אגב, די ועד האט זיך נאך קיינמאל נישט פארלאזט אויף שלום פריד אלס משגיח. ער העלפט צו צושטאנד צוברענגען אפמאכן און השתדלות'ן, אבער ווען עס קומט צו השגחה שיקט די ועד אליינס אראפ א אייגענע משגיח אויף יעדן פלאץ).
עכ"פ, ווען איר ליינט וועגן די "ועד למניעת חילול קברים יאקטער און פריד", זאלט איר פארשטיין אז דער ועד באשטייט נישט פון יאקטער און נישט פון פריעד. די צוויי האבן סך הכל אמאל געהאלפן אתרא קדישא, און היינט העלפן זיי ועד למניעת.
==========
צוריק צום ענין: זינט פריד האט אפגעלאזט אתרא, האט מאיר פרוש געלאזט פאלן די אפמאך וואס ער האט דערגרייכט אז פריד זאל באקומען א געהאלט אלס משגיח.
וועלנדיג צוריק אנהייבן באקןמען די געלט, האט פריד זיך געוואנדן צו א צווייטן חבר כנסת המינים, משה גפני, וואס ער איז נישט אין גוטן מיט אתרא אזוי ווי מאיר פרוש, און פריד האט אים געבעטן ער זאל אים ארלעדיגן ער זאל צוריק אנהייבן באקומען די געלט.
היות גפני איז עפעס א שר האוצר, האט ער דאס גאנץ שנעל ארלעדיגט, און ער האט זיך דערנאך באשריבן דערוועגן אין זיין יתד נאמן. פארשטייט זיך ער קען דארט נישט שרייבן "איך האב ארלעדיגט געלט פאר שלום פריד", האט ער געשריבן אז ס'איז פארן ועד למניעת, מיט וועמען פריד ארבעט היינט.
אין פאקט מוטשעט זיך דער ועד מיט יעדן דאלער, פון דאהי האט מען שוין געשיקט אסאך געלט, וואס יעדע דאלער גייט אויף אויסצוצאלן די משגיחים וועלכע האבן נישט פון וואו צו ווערן באצאלט. זיי באוקמען פון די רעגירונג גארנישט, און זיי האבן ניאטמאל געבעטן אמאל צו באקומען.
אלזא, יעצט אז געלעכטער איז אויפגעקומען אז דאס וואס שלום פריד באקומט א געהאלט פון די מדינה מיינט דאס אז די ועד נעמט געלט, שטעלט זיך ארויס א שרעקעדיגער בילד, אז אתרא קדישא האט 15 יאר גענומען געלט פון די מדינה רח"ל!!!
.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2011 21:50 |
|
| |
נארפאקטן, קענסט אפשרייבן נאך אפאר מגילות צו פרובירן וואשן די מוחות וואס עס ליגט אונטער דעם שטיקל יתד. למעשה שטייט אין דעם יתד אז נישט שלום פריד האט זיך געטראפן מיט משה גפני, נאר אייל פורת און יודקאווסקי האבן זיך געטראפן מיט אים. אז דו ווילסט דיר אריינשטעקן דעם קאפ אין זאמד זאגן אז ס'עכט נישט נישט נישט אזוי ווי עס שטייט אין צייטונג, בוסטו ערלויבט. אבער קום נישט נאכדעם מיר דרייען א קאפ אז בנציון לאוב איז דער מקנא קנאת ה' צבאות, און ער ברוב תבנותו פארשטייט אז ר' דוד שמידל סר מן הדרך, בשעת ווען זיין ארגענעזאנציע נעמט געלט פון 'משרד הדתות' דיס וועי אר די אדער.
עס איז מיר בכלל נישט קיין חידוש בנציון לאוב'ס שותפות מיט די כאפטע לצים יאקטער, פורת, און פריד. לאוב איז אויך געווען דער איינציגסטער לץ פון אלע הונדערטער אהרונישע מוצ'לעך וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט ביי סידור קידושין מערכה. א לץ בלייבט א לץ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2011 22:11 |
|
| |
ביטע נישט פארדרייען אשכלות. המנהל.
תוקן על ידי המהדרין ב- 08/12/2011 22:45:49
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2011 01:00 |
|
| |
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין זינלאזע וויכוחים מיט בן ציון לאוב וכו'
געלעכטער האט עם שוין גענטפערט.
נאר למען הדיוק, דארף מען ארויסברענגען דריי פאקטן.
1. "אתרא קדישא" האט קיינמאל נישט געהאט און וועט קיינמאל נישט האבן אן אגענט אדער איר'ס א פארשטייער וואס נעמט א וועידזש פון אן אנדערע ארגאניזאציע פאר זיין ארבעט, כ"ש פון א רעגירונג'ס אינסטאנץ.
2. שלום פריד האט קיינמאל נישט באקומען קיין וועידזש פון "משרד הדתות" ווען ער איז געווען א געוויסער פארשטייער פון אתרא קדישא, "און ווען איך זאג קיינמאל מיין איך טאקע קיינמאל" (כלשון האדמו"ר).
3. שלום פריד איז געווען א בעל תשובה וואס ר' דוד שמידל האט אריינגעברענגט אידישקייט אין עם וואוינענדיג אין וויען מיט איבער 20 יאר צוריק, און דאן כדי צו אויפהאלטן זיין אידישקייט האט מען עם גענוצט אויף געוויסע שליחות'ער און אזוי אויך דא אין ארץ ישראל, ער איז קיינמאל נישט געווען קיין משגיח אויף קברים.
4. אזוי ווי די לעצטע 20 יאר האבן די ארכעאלאגן האבן נישט אריינגעלאזט אין קיין שום ארבעט פלאץ קיין חרדישע עסקנים אפגערעדט פארשטייער פון אתרא קדישא א פאקט וואס גייט שוין אן לאנג און יעדשער ווייסט עס,, דעריבער האט עם זעליג ברוורמן דער ממונה אויף די קבורה מטעם משרד הדתות פארשאפט מיט איבער 15 יאר צוריק א קארטל וואס ערלויבט עם אריינגיין אין די ארבעט ערטער, אבער ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין געהאלט פון משרד הדתות.
5. מאיר פורוש האט עם נישט ערלעדיגט קיין וועידזש, ווייל משרד הדתות באלאנגט פאר "ש"ס" היינט פאר יעקב מרגי דער מיניסטער, און מאיר פורוש קען עס נישט ערלעדיגן, ער האט נישט די פאליטישע כח דערפאר.
דער "יתד נאמן" שרייבט אבער גאר אן אנדער נייעס, ער שרייבט נישט שלום פריד, ער שרייבט אז משרד הדתות גייט געבן א "תקן" (בודזשעט) פאר די מערכה אויף מניעת חילול קברים
דאס מיינט און אנדערע ווערטער אז "יודקאווסקי" מיט יאקטער (דער פירשפרעכער פונעם וועד) מיט אייל פורת די חברים פון בן ציון לאוב באקומען געלט פון די ציונים צו מגין זיין אויף די קברי הקדמונים.
די צינדער ווילן לעשן דאס פייער און די גראבער ווילן ראטעווען די קברים.
וכדי בזיון וקצף
תוקן על ידי סוג ב- 09/12/2011 01:11:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2011 04:43 |
|
| |
קען איינער ברענגען א בילד פון דעם רב לאוב?
|
|
|
|
|