התעוררו התעוררו כי בא אור"ח
אנ"ש אין ירושלים גרייטן זיך אין די טעג צו די געהויבענעם באזוך פון הגה"צ אבד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שב"ק וישלח אין עיה"ק ירושלים ת"ו בשליחות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, לרגל דעם יערליכן שבת התאחדות פון אנ"ש.
ווי געמאלדן וועט דער שבת התאחדות פארקומען אין עיה"ק ירושלים ת"ו. דער רב שליט"א וועט אנקומען בארה"ק דאנערשטיג פרשת וישלח. במשך דעם באזוך וועט דער רב שליט"א באזוכן בהיכלי מוסדותינו הק', אין תלמוד תורה, אין ישיבה, און אין כולל למצוינים ויואל משה, און משמיע זיין מדברותיו.
די תפילות שב"ק, די שבת אחים און סעודה שלישית, וועט פארקומען ברוב עם וברוב פאר והדר בבית מדרשינו ברך משה ד'סאטמאר, אויף רחוב יונה 20.
מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן כינוס "דינער השנתי" לטובת כולל למצוינים ויואל משה בעיה"ק ת"ו, אינעם "מאנדיאל" זאל אין גבעת שאול געגענט, וואו דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן מיטן צענטראלן דרשת חיזוק והתעוררות פאר אנ"ש.
דער רב שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין ירושלים ביז זונטיג פארנאכטס.
יהא בואו לברכה ולהרמת קרן התורה.
•♦•