בית פורומים אידישע געדאנק

וויץ פון שטאט: גרינע מוסדות = די גרעסטע!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2011 19:35 לינק ישיר 
וויץ פון שטאט: גרינע מוסדות = די גרעסטע!

היי יאר צום כ"א כסליו דינער האבן זיך די אהרונים ארויסגעלאזט אין א מאסיווער קאמפיין אז זייער מוסד איז דער גרעסטער מבצר התורה אין שטאט. ‎​
 
דאס איז די אהרונים וואשן זייערע אייגענע קעלבער מוחות טעגליך מיט אזוינע שטותים, איז שוין באקאנט. אבער דער חידוש איז אז דאס מאל האבן זיי באשלאסן צו מאכן פון זיך דאס גענאר אין די שטאט. יעדע שטאנג אין וויליאמסבורג פארמאגט צעטליך אז זיי זענען די גרעסטע, און אויף איין וואנט אין וויליאמסבורג האבן זיי טאקע באוויזן אויפצוהענגן די "גרעסטע" סיין אז זיי האבן די "גרעסטע" מבצר התורה. ‎​
 
עס איז באמת נישט אזא חידוש, ווייל אז מ'וועט פרעגן א טיפישן חלה דעקל צי ר' אהרן'ס מוסד איז טאקע די גרעסטער אין שטאט, אפילו עס פארמאגט מיט אפאר טויזענט ווייניגער ווי ר' זלמן לייב'ס, וועט ער דיר ענטפערן אוודאי. ווייל דער רבי האט אליינס געזאגט אז מיר זענען די בעסטע, שענסטע און גרעסטע... ‎​
 
עס איז אבער סתם אינטערעסאנט ווי זייער שכל איז, און וואס זיי ווילן ערייכן מיט די סארט צעטליך. אויב האבן זיי געוואלט די זאליס זאלן האבן א גוטן לאך יעדעס מאל מ'ליינט דאס, האבן זיי ער ערייכט. אבער דאכט זיך אז גארנישט מער...

תוקן על ידי טאטעלע ב- 11/12/2011 19:37:14




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2011 19:49 לינק ישיר 

די בעביס לעבן שוין אויף גרויסע סיינס די לעצטע צוועלף יאר, ווער געדענקט דען נישט די ליילעכער וואס זיי האבן געהאנגען פאר זיי האבן געזאלט איבערנעמען ראדני און אלע אנדערע בנינים, אלעף שמאס, און נאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 00:00 לינק ישיר 
(זיי קענען באשטיין צו זיין..) די "גרעסטע" מבצר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 04:45 לינק ישיר 

כא כא! 
די גרעסטע?
א שנעלע רשימה פון סאטמאר יונגלעך מעכטיגע בנינים

·         ת"ת ויואל משה

·         בנין יקותיאל יהודא - מארסי עוו.

·        ת"ת טרופּ עוו. (דאס אליין, איז עניטיים אזוי גרויס ווי ווייט עוו. בילדינג.)

·         ת"ת עטרת יואל - ווילסאן סט.

·         ת"ת זופּניק - וומסב"ג סט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 05:09 לינק ישיר 

נגיד
מ'טאר נישט טשעפענען מיט קיין אנגעווייטיגטע יודן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/12/2011 05:11 לינק ישיר 

בילדער פון די אלע בנינים הנכתב לעיל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/12/2011 14:54 לינק ישיר 

איך בין נישט אינטערעסירט זיך צו טענה'ן אויף זאכן וואס מען האט שוין 100 מאל אויסגעדראשן. אבער איך זעע אז קיינער פון ענק איז נישט "גענוג קלוג" צו כאפן אז דא רעדט מען פון די גרעסטע בנין. נישט מוסדות. אדער אפשר פארפירט ענק די בלינדע שנאה אזוי שטארק אז עטס קענטס נישט טראכטן גראד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2011 15:53 לינק ישיר 

מ'קען ממש נישט טראכטן גראד? דיין מוח איז שוין אויך פארקעלבערט געווארן? ‎​
 
איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער סאטמאר פארמאגט מער ווי איין בנין אין וויליאמסבורג וואס פארפאקט דעם אהרונישן "גרעסטן" בנין. אבער לאמיר נאר אנכאפן איינס: ברכה סימא. ‎​
 
נעקסט טיים ענטפער נישט ווי א חלה דעקל. די אהרונים האבן עפעס א פאביע אז אויב וועלן זיי נישט שרייבן "גרעסטע" "בעסטע" "שענסטע" וועט זיי איינער אויסלאכן. מ'לאכט סאך מער ווען עטס שפרייטס אויס ענקערע דמיונות אויף גרויסע ליילעכער אין די שטאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 17:07 לינק ישיר 

פקריינדליך, מאך זיך נישט תם'עוואטע, דעם סיין האט מען ספעציעל געלייגט ווייל אפשר וועט זיין איינער וואס וועט מיינען אדער טראכטן, אדער מסופק זיין אפילו בלויז אויף אפאר מינוט אז דאס מיינט אז איר זענט די גרעסטע מוסדות אין שטאט, דאס איז דער ציל פון דעם טאוול, און דאס איז נישט סתם א וויץ, נאר א גרויס ליצנות..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 16:34 לינק ישיר 

צעהן יאר שפאטער נאך ואס ר' אהרן'ס שטריימעל איז געפלויגן פון ראדני, האט זיך איבערגעשפילט דאס זעלביגע די נאכט ווען ר' אהרן'ס קרוין די גרויסע סיין איז געפלויגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 19:26 לינק ישיר 

געפלויגן? אדער געריסן?
וועם באדערט יענעמ׳ס בילדער?
ד״א, נאר פאקטן ביטע, וויפיל  קלאסן איז דא אין ברכה סימא? ( כאטש עס איז נישט קיין ת״ת)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 19:43 לינק ישיר 

נאר די פאקטען ביטע, וויפיל קינדער האבען די ארוינים אין זייערע מוסודות און וויפיל די זאלוינים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויץ פון שטאט: גרינע מוסדות = די גרעסטע!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext