בית פורומים כל העולם כולו

ליידער איז קלויזנבוירג שולדיג אין די פאשקעווילן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2011 00:50 לינק ישיר 
ליידער איז קלויזנבוירג שולדיג אין די פאשקעווילן

ווער עס איז נאר געווען איין שבת אין וויליאמסבורג ווייסט וואס איך רעדט

די פאפא סקווירא וויען בעלז קלויזנבוירגע ווישניצער יודען וואס טראגן מיטן עירוב א יעדע וואך
קען א יעדער מעיד זיין זיי זענען פרידליכע מענטשן מענטשן וואס גריסן א יעדן וואס טשפענען נישט קיינעם

(א חוץ ווען די מוחים שטיין פאר זייערע שולן אין מאכן קולות אין גרייפן אן פיזיש )

פין די אנדערע זייט די זאלי'ס וואס שרייען אפגערעדט זיי וועקן אויף מענטשן אין שטערן מענטש'ס מנוחה
איז עס מלא רשעות אין טיען עס נאר אויס ציפירן אין צי ווייזן בעלות אז זיי פירן וויליאמסבורג

שפאצירט זיך א בחור צי א פרוי אין שטיפט א וועגלע מיט פיצלעך קינדער מען קען עס פשוט נישט באשרייבן ווער עס זעהט עס נישט ווי גרלויג אין שאנדפול ס'איז צי ציקוקן

די אלע יודן האבן זיך שוין צי געוואינט צי די שרעקליכע אביוז זיי זענען געהעריג פין די הנעלבים ואינם עולבים

אבער פין די זייט שרייט זיך א שאלה ווי לאנג איז מען מחיוב צי ליידן פין די פאראזיטן
וויפיל איז מען מחיוב אויס צי שטיין פין זייערע בלוט'יגע טעראר אלעס פאר אני ואפסי צי ווייזן בעלות

אין ביז ווילאנג די קהילות וועלן נישט נעמען שריט צי דינגען גארדס אדער צי דינגען א גוי זאל עס אפ פילעמען אין מען זאל עס מפיץ לעיני השמש אין ווייזן פאר די גאנצע וועלט ווער די יונגעאטשן זענען, זענען די זאלי'ס גערעכט מיטן ווארפן די פאשקעווילן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 01:26 לינק ישיר 

תיקון טעות קטן, פיל אריין איבעראל וואו עס שטייט "עירוב" און טויש עס אויף מיט "סידור קידושין". די אויגן וועט דיר ליכטיג ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 01:35 לינק ישיר 

ביי די זאלי'ס ווערט לעכטיג ווען ס'גיסט זיך בלוט די זענען ריכטיגע בני המן צורר היהיודים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 02:34 לינק ישיר 

געלעכטער
סאיז שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן דעם חילוק פון וו"ב שטח הפקר ביז ק"י וואס האט א שטאטס רב נתמנה דורכן רבין ברך משה און דורך די קהלה ובתוכם די אמאליגע ראשי הקהילה ווי ענקער ר' שלמה מיכל ראזנער און ר' משה מאנראער (אפשר פארדעם האבן זיי ביידע געוויסט ביי זיך אז זיי מוזן ע"פ הלכה חתונה מאכן אין פאראדייס אין די לעצטע וואכן)

און דער חילוק פון ווארפן פאריאר פאשקעווילן אויף פורצי גדר אין יסוד קדושתן של ישראל וואס איז אפילו מער ווי דאורייתא און אויף וואס רביה"ק אליין שרייבט אז מזאל אין אזא פאל מחרים זיין און אפילו ווערטער וואס מקען נישט נאכשרייבן ווי גיסן הייסע קוילן וכו' ביז צו ווארפן בלוטיגע צעטלעך ביי א לוי' פון אן אומגליק ל"ע פארן חטא פון פאלגן זיין מורה דרך אין א איסור דרבנן 

און דער חילוק פון וועלן טראגן א קערידש פאר באקוועימליכקייט ביז צו אויסניצן די הייליגסטע מאמענט פון א מענטש ביי די חתונה און הייליגסטע אויפן עתיד הדורות פון א איד און אריינשפילן אין א ספק לכו"ע אלעס כדי צו ווייזן פאר ר' אהרן 
און איך האב פאר דיר נייעס אז רוב אהרונים זענען אפילו ביי דעם פאל וואס דער רבי ז"ל הייסט מזאל טוען ערגעסרס להלכה פאר אזאנע פורצי גדר האבן רוב געהאלטן אז מזאל אפלאזן פאשקעווילן ווייל דרכי' דרכי נועם און השי"ת קען אליין קער נעמען פון די פורצי גדר ווי אסאך פוסקים ברענגען דעם שוערן סוף פון אזאנע פעלער רח"ל זאל השי"ת האלטן די רעכטע הענט וילמדו תועים בינה 


תוקן על ידי גרוינים ב- 13/12/2011 02:36:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 02:49 לינק ישיר 

הא לן והא להו בתפארתו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 02:55 לינק ישיר 

אדער האסטו פארזעהן מיין תגובה אדער ענטפערסטו יעצט עורבא פרח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2011 03:37 לינק ישיר 

ווי איז די בירור הלכה להיתר

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', הנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א



שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ליידער איז קלויזנבוירג שולדיג אין די פאשקעווילן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext