בית פורומים כל העולם כולו

טויזענטער סאטמארע פין ק''י & ב''פ ביי יערליכע דינערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2011 22:39 לינק ישיר 
טויזענטער סאטמארע פין ק''י & ב''פ ביי יערליכע דינערס

בשעת מ'גרייט זיך צום גרויסען דינער פאר די צענטראלע מוסדות אין וויליאמסבורג זענען אין די לעצטע וואכען ווי יערליך זענען פארגעקומען די יערליכע לאקלע דינערס פאר די מוסדות אין בארא פארק
אין פאר די מוסדות אין קרית יואל 
וואס ביידע דערפון זענען בליעה''ר ריזיגע אימפעריעס פאר זיך בכמות ובאיכות וואס נעמען  אריין אין זיך כהיום ארום 11,000 תשב''ר בליעה''ר
פאלגענד זענען די באריכטן מיט די בילדער




תוקן על ידי היראים ב- 13/12/2011 22:41:00




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2011 05:28 לינק ישיר 

אנ"ש תושבי קרית יואל אונטער'ן איינדרוק פון הערליכן דינער פארגאנגענעם מוצש"ק

א הערליך בילד איז געווען צו באטראכטן דעם פארגאנגענעם מוצש"ק אין קרית יואל, צו זען דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו שטראמען אין די מאסן צו די זאלן פון "בית רחל פאראדייס", וואס איז כסדר געווארן מער און מער איבערגעפילט פון אלפי אנ"ש, וועלכע זענען געקומען מחזק זיין בגוף ובממון די הייליגע מוסדות אין קרית יואל מיט אירע 7,000 תלמידים ותלמידות כ"י בליעה"ר.

 

א לאנגער צוויי שטאקיגער אויבנאן איז געווען אויסגעשטעלט אויפ'ן גאנצן ברייט פונעם זאל, וואו עס זענען געזעצן די צענדליגער חשוב'ע מלמדים, מנהלים ומרביצי תורה אינערהאלב די מוסדות הק', און העכער דעם די חשוב'ע דיינים ורבנים ופני העדה, ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא, און במשך די מסיבה האט די בארימטע כאר 'שירה' מיט א ילד הפלא, מהנה געווען דעם ציבור מיט רייכע און פאסיגע ניגוני שירה וחזנות.

 

דער יושב ראש פונעם דינער איז געווען האברך החשוב פה מפיק מרגליות הר"ר אשר אנשיל קארפען שליט"א, מנהל כולל משכנות לאביר יעקב, וועלכער האט מיט א רייכן שפראך איינגעלייטעט דעם דינער און געניט אנגעפירט מיט'ן גאנצן דינער אווענט.

 

מיט אן אינהאלטסרייכע 'חינוך דרשה' האט אויפגעטרעטן הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מנה"ר כתות ד' ה', וועלכער האט ארויסגעברענגט שטארקע יסודות בנוגע חינוך, ספעציפיש איבער די וויכטיגקייט פון א שותפות'דיגע קשר צווישן די עלטערן און די מלמדים/מנהלים. ער האט דערציילט עטליכע ביישפילן וואס האט שטארק אויפגעוויזן איבער דאס נחיצות און תועלת דערפון פאר'ן חינוך פון די קינדער ולטובת ההורים.

 

א רירנדע מאמענט איז געווען ווען הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו, חבר הנהלת המוסדות, האט פארגעשטעלט הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט מיט מסירת נפש צו קומען צום דינער און אויפצוטרעטן ברבים. א געפיל פון התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור, ווען מ'האט געהערט די דיבורים פון ר' יחזקאל, וועלכער האט מיט די הילף פון א ספעציעלע טעכנעלאגישע פראגראם, זיך אויסגעדרוקט זיינע געפילן איבער די רוחניות'דיגע הצלחה און געהויבענע התנהגות ביי די בחורי הישיבות, וואס ער איז עדות דערצו, נאכדעם וואס די בחורים זענען ביי אים אין שטוב אפטע געסט צום דאווענען און שטעלן זיך ביים אים צו פארהערן אויף זייערע לימודים.

 

דאן איז געקומען א גייסטרייכע מאמענט פון תענוג ונחת, ווען עטליכע ילדי 'שירה' מיט'ן ילד הפלא האבן פרעזענטירט א העליכע ניגון איבער די 'הלוך וגדול' פון מוסדות קרית יואל. צום ערשט איז פארגעזינגען געווארן אן אלטע ניגון מלא חן וואס ר' יו"ט עהרליך ע"ה האט נאך פארפאסט בשנת תשמ"א איבער די 'דעמאלטסדיגע' בליה פון קרית יואל, וואס האט ערוועקט נאסטאלגישע זכרונות ביי א גרויסן חלק ציבור, און צום אויספיר איז צוגעשטעלט געווארן א נייע ניגון איבער די וואוקס פון קרית יואל "מיט'ן היינטיגן באדייט", וויאזוי די מוסדות זענען זיך אזוי שיין צעוואקסן צו א פארצווייגטע אימפעריע פון 7,000 קינדער בליעה"ר מיט 12 פראכטפולע בניני המוסדות.

 

ווי אין די פארגאנגענע יארן האט דאן אויפגעטרעטן מיט'ן "דבר הנהלה", הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות, וועלכער האט איבערגעגעבן א פונקטליכע איבערזיכט איבער די הויפט הוצאות והכנסות פון די מוסדות מיט איר 28 מיליאן דאלער'דיגע בודזשעט. ר' מאיר האט שטארק מפליא געווען די ווארימקייט וואס דער ציבור האט ארויסגעוויזן אין די וואכן פאר'ן דינער ביים אויפנעמען די עסקנים, און גערופן ווייטער מחזק צו זיין די מוסדות, חלילה נישט צו לאזן פאלן אין די היינטיגע שווערע צייטן. ער האט אויך שטארק ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס מ'זעהט ב"ה אויף אן אומאויפהערליכן פארנעם, באטאנענדיג אז די הנהלה איז שוין גרייט פאר פרישע נדבנים צו קענען זיך נעמען צו די ארבעט אויפצושטעלן פרישע בנינים פאר'ן א תלמוד תורה, ישיבה קטנה און בית התבשיל.

 

דער הויכפונקט פונעם מעמד איז ווי שטענדיג געווען די דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, צו וואס דער גאנצער פילקעפיגער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט יראת הכבוד.

 

דער רבי שליט"א האט מקדים געווען א הערליכע דרוש איבער'ן ענין פון די ברכות וואס יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב אבינו, צי מ'גייט נאך די חלק המחשבה אדער נאך די מעשה, און אויף א הערליכן אופן ארויסגעברענגט וויאזוי מ'זעהט דערפון אז ס'ווערט נשפע ברכות והשפעות טובות פאר כלל ישראל בזכות החזקת תשב"ר.

 

דאן האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי הדרכה בעניני חינוך, ארויסברענגענדיג אז 'חינוך הבנים והבנות' איז א שותפות צווישן די עלטערן און די כלי קודש, און גענוי אזוי ווי מ'פארשטייט אז ס'איז די אויפגאבע פון די מוסדות צוצושטעלן די בעסטע חינוך פון זייער זייט בס"ד, דארף מען געדענקען דעם אנדערן חלק שותפות וואס איז נוגע פאר די עלטערן במשך די אלע שעה'ן וואס די קינדער זענען אין שטוב, און ס'איז וויכטיג דאס מיטצוטיילן מיט די אנדערע שותפים צו קענען העלפן דעם קינד שטייגן.

 

דער רבי שליט"א האט געמאלדן מיט פרייד, אז נאכ'ן זעהן די שטארקע הצלחה פון אויפנעמען א "ועד החינוך" סיי אין ת"ת און סיי אין בית רחל, איז באשלאסן געווארן צו גיין ווייטער און אויפצושטעלן א פרישע "ועד החינוך" ביי די ישיבות קטנות וצעירים.

לסיום דבריו האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען אלע תומכים און משתתפים, און גאר ווארים אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

 

ס'איז געווען ערהאבן צו זעהן די אויפגעהייטערטע געמיטער פונעם ציבור, ווי דער מאסן שטראמט ארויס פונעם דינער מיט אנגעפילטע באגאזשן חיזוק און סיפוק, און האלטנדיג אין די הענט דער הערליכער חיבור "זקניך ויאמרו לך" ח"ד, וואס איז פארטיילט געווארן ביים דינער לאות ולמזכרת.

 

-ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת-

 

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2011 23:07 לינק ישיר 
אלפי תושבי קרית יואל ביים דינער לטובת די לאקאל מוסדות החינוך תורה ויראה

חלקים פונעם גרויסן ציבור בליעה''ר ביים דינער

 

 

 

 

 דינער השנתי ומעמד "הלוך וגדול"

לטובת מוסדות הקדושים תו"י קרית יואל

נעכטן - מוצש"ק

 

 

בילדער דורך: SOS IMAGES

 

 

דער פרעכטיג צוגעגרייטע זאל צום דינער

 

דער ציבור איז מחזק די מוסדות הק' בגוף ובממון

 

 

 

 

 

 

 

 

חברת שירה אין באגלייטונג פון בחנ'טע תלמידי המוסדות זענען מהנה מיט נגינה

 

הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל

 

הר"ר אשר אנשיל קארפען הי"ו, יו"ר

 

 

הר"ר יחיאל יצחק שפיצער שליט"א מנה"ר אין די מוסדות

 

 

 

חלקים פון גיגאנטישן ציבור ביים דינער

 

 

 

 

 

 

הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו מהנהלת המוסדות

 

 

 

רירענדע פרעזענטאציע "הלוך וגדול"

 

 

הרה"ח מוה"ר מאיר הירש הי"ו מהנהלת המוסדות

 

 

 

בשעת די דברות קודש

 

 

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת המוסדות

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2011 22:47 לינק ישיר 

חלק ב'

 

בילדער דורך: די וואך

 

 

בשעת דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל

 

הרה"ג ר' מאיר איתמר שווייד שליט"א טרעהט אויף לזכרו הבהיר פון אביו

הרה"ג ר' שלמה זלמן ז"ל וואס דער דינער איז געווען מוקדש לע"נ

 

חלקים פונעם אויבן אהן ביי דינער

 

חלקים פונעם ציבור ביים מעמד

 

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדשו פאר הרב אברהם אייזנער הי"ו פונעם גאווערנאר'ס אפיס

 

דער רבי שליט"א באגריסט די חברי הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג

 

דער רבי שליט"א איז מאציל ברכת קדשו פאר משפחת שווייד החשובה

 

 

 

 

הגה"צ אב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א טרעהט אויף

 

 

הרב יעקב שמשון הלוי גאלד שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קראלי ב"פ שליט"א

וחתן הר"ר אלי'גרויס שליט"א ווערט באעהרט אלס "נזר אב השנה"

 

 

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדשו פאר הרב יעקב שמשון הי"ו

 

הרה"ח מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנכ"ל מוסדות סאטמאר בארא פארק טרעהט אויף

 

ביי די צענטראלע דברות קודש

 

 

 

דער ציבור גייט אדורך זאגן א גוטע וואך נאכ'ן דינער

 

 

 

הר"ר יוסף צבי שווייד שליט"א מכובד מיט ברכהמ"ז

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2011 22:44 לינק ישיר 

יערליכען דינער

לטובת מוסדותינו הק' אין בארא פארק

נעכטן - מוצאי שב"ק העעל"ט

 

חלק א'

 

בילדער דורך: די וואך

 

הר"ר אלעזר שטיינבערג הי"ו מרביץ תורה במוסדותינו הק', יו"ר

 

דער ציבור איז תורם למען החזקת המוסדות

 

 

דער "סאטמארער קאפעליע" איז מהנה מיט נגינה

 

 

 

 

הרה"ח מוה"ר חיים אלטר בראך הי"ו

לאנגיעריגער עסקן און פאנדרעיזער פאר די מוסדות טרעהט אויף

 

 

 

מוה"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו, חבר הנהלת המוסדות טרעהט אויף

 

 

 

 

 

 

האברך מוה"ר יואל וויזעל הי"ו איבערגעגעבענער עסקן פון די מוסדות

פיהרט אהן מיט די טישלעך און עסקנים

 

 

 

 

חלקים פו אויבן אהן ביים דינער

 

זקני וחשובי העדה ביים מעמד הדינער

 

ידידים וקרובי המשפחה פון הר"ר יעקה שמשון הלוי גאלד שליט"א,

וועלכער איז באקרוינט געווארן אלס "נזר אה השנה" פון היי יעריגען דינער

 

נואם הכבוד הרה"ג ר' דוד לעווי שליט"א פון ארה"ק

 

משפחת שוויד החושבה שיחיו

בני הרה"ג ר' שלמה זלמן שווייד ז"ל וואס דער דינער איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו

 

כלי קודש אין מוסדותינו הק' ביים דינער

 

ווערט געזעהן ר' דוד גרינפעלד חרדישער קאונסילמאן פון בארא פארק

 

חלקים פונעם הערליכען אויבן אהן

 

>

 

 

 

♦♦♦

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2011 22:41 לינק ישיר 

מאסן אנ"ש באטייליגן זיך ביים יערליכער דינער לטובת מוסדותינו הק' אין בארא פארק

א מחזה הוד איז געווען פארגאנגענעם מוצש"ק אריינצוקומען אין די פראכטפולע עטרת חי' זאלן, וועלכע זענען געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג, מיט די אלפי אנ"ש תושבי בארא פארק, וואס זענען זיך צונויפגעקומען מחזק זיין אונזערע הייליגע מוסדות אין די שטאט, ביים יערליכער דינער וואס האט ב"ה אפגעצייכענט א גרויסן סוקסעס.

במשך די גאנצע צייט האט מען געהערט הערליכע פרקי שירה וזמרה פון די טאלאנפולע משוררים בחצר קדשינו, די "סאטמארער קאפעליע" און דער ציבור האט מיט גרויס אינטרעסע מיטגעהאלטן דעם רייכער פראגראם וואס האט האט יעדן באצויבערט.

דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורך איינעם פון די חשוב'ע מלמדי תשב"ר הרה"ח ברוך הכשרון מוה"ר אלעזר שטיינבערג הי"ו. בשם די הנהלת המוסדות איז די מסיבה געעפענט געווארן דורך הרב החסיד הר"ר חיים אלטר בראך שליט"א וועלכער פירט שוין לאנגע יארן אן די קאמפיינס לטובת המוסדות. דאן איז דער ציבור א לענגערע צייט געזעסן און צוגעהערט די אינהאלטסרייכע חינוך דרשה פון הר"ר דוד לעווי שליט"א פון ארה"ק.

דער דינער איז געווען מוקדש לע"נ הרה"ח הישיש ר' שלמה זלמן שווייד ז"ל מותיקי מתפללי בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, ולע"נ זיין חשוב'ע פרוי ע"ה טאכטער פון הגאון גאב"ד ציריך בעל חלקת יעקב זצ"ל. לזכרם האט אויפגעטרעטן בנם הרה"ג רבי מאיר איתמר שווייד שליט"א רב דקהל חלקת יעקב אין וויליאמסבורג. דאן האבן אלע בני משפחת שווייד שיחיו מקבל געווען ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א.

בשם די חברי הנהלה האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלה, און דאן האט מען געהערט די דרשה פון הגה"צ גאב"ד ור"מ דקהלתינו הק' שליט"א פון בארא פארק. מיטן נזר "אב השנה" איז באעהרט געווארן הרבני הנגיד ר' יעקב שמשון הלוי גאלד הי"ו, וועלכער האט נאכ'ן איבערנעמען דעם פלעק ארויסגעברענגט זיינע הרגשים צו דעם מאמענט. א באצויברענדע דרשה האט מען דאן געהערט פון הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו פיליעריגער מנכ"ל המוסדות.

דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש וואס מ'האט געהאט די זכי' צו הערן פון מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פון החזקת התורה, דורך וועלכע מען איז זוכה צו שכר בעולם הזה, ובפרט ווען מען שטיצט די תלמוד תורה וואו עס לערנען די תלמידים וואס זענען נאכנישט מחוייב במצוות. דער רבי שליט"א האט שטארק משבח געווען די מוסדות וואס האט ב"ה קונה געווען דעם כתר שם טוב, און האט שטארק גערופן דעם ציבור צוצושטיין לימין הנהלת המוסדות ובראשם דער געטרייער מנהל ר' אהרן וועלץ הי"ו, כדי מ'זאל קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש.

דער שיינער מעמד איז געווען א זעלטן רייכער איבערלעבעניש פאר די פילצאליגע משתתפים בליעה"ר.



חלקים פונעם ציבור ביים מעמד



תוקן על ידי היראים ב- 13/12/2011 22:47:44




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טויזענטער סאטמארע פין ק''י & ב''פ ביי יערליכע דינערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext