בית פורומים כל העולם כולו

ענדליך: ערפארדעבל כ"א כסלו פלאן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2011 17:17 לינק ישיר 
ענדליך: ערפארדעבל כ"א כסלו פלאן!

איך מוז אייך מיטטיילן א געדאנק וואס האט מיר אקארשט אויפגעבליצט אין מח.
א געדאנק, א בייפאל, וואס וועט ברענגען היסטארישע אויפטוען אויפ'ן געביט פון שפארן געלט פאר'ן עולם און פאר די סאטמארער מוסדות (אלע) בפרט.

ס'העט זיך הערן אפשר ראדיקאל, דראסטיש, צו אגרעסיוו, אומדורכפירבאר, אבער פארט איז כדאי מ'זאל דאס נעמען אין באטראכט.

האלט אייך אין בענקל, אדער אין טיש, דאזענט מעיק א דיפערענץ.
דער פלאן איז:
מ'זאל מהיום והלאה אויפהערן מאכן די ריזיגע צוזאמענקופטן כ"א כסליו וואו ס'ווערט אויסגעפאטשקעט אזויפיל געלט.

ווילן דאך אבער אידן פארט זיך פרייען מיט דער שמחת הצלה, באגערן דאך אידן צו שטיצן זייערע מוסדות אין דעם גרויסן טאג. אידן האבן פארט שוין ביי זיך פראגראמירט אז כ"א כסליו ערהאלט מען פרייע נאכטמאל מיט אן-אפצאל ענטערטעימענט (אנטשולדיגט: גייסטרייכע שעות פון קורת רוח)

טא, וואס'זשע איז די עצה?

האזינו ואעיצה: זאל יעדער בלייבן אינדערהיים, וואו ס'איז פיין געהייצט מיט א באלאנסירטער טעמפעראטור. מ'ברויך זיך נישט קוועטשן אויף די געלע באסעס און זיין אויסגעשטעלט צו די קוויטשערייען פון די ענטוזיאסטישע תשב"ר וועלכע העלן אייך טרעטן אויף די פיס ביים אפשטייגן פון באס, און שפעטער ווען איר גרייכט שוין ענדליך די גיגאנטישע זאל, אריינפאלן ווי א געצייטיגטע פרוכט אין די הענט פון די באגאבטע סדרנים וועלכע וועלן אייך ארומשליידערן ווי א טאבע פון איין סעקשאן צו דער צווייטער, און אייך דיריגירן יעדע טריט, ווי איר וואלט געווען א כיידער-אינגל אדער גאר א לאגער-איד.

יעדער וועט באקומען א וואוטשער זיך אפצונעמען א פרייע געשמאקע נאכטמאל-וועטשערע ביי דער לאקאלער פלייש-באנק פון זיין קהלה, מיט אלע צוגעהערן, און דארט העט שוין ליגן אלע שנאר-מאטריאל מיט די בראשורן אא"וו. דערנאך העט מען אהיימגיין אפרופן דעם ספעציעלן האטליין וואו מ'וועט זיך אנהאקן אין דער סעודת הודאה וואס דער רבי וועט פראווען ביי זיך אין שטוב, אין קליינעם ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די רבנים וראשי קהלה. דארט העט מען באעערן די אורחי הכבוד, מ'וועט לעקן די נגידים, מ'וועט אויסרופן נומערן, דער חזן וועט קוויטשען, דער בדחן וועט גראמען, דער נואם הכבוד וועט באצויבערן און דער אדמיניסטראטאר וועט ברעזשען, דער מיט דער העכסטער שטימע וועט באסאווען די קינדער זאלן שוין זיך אויפהייבן און פון די בענקלעך און איבערגעבן די בעלי בתים. (איי וואס זאל דער טאטע טון מיט אים? לייגן אויפ'ן שויס איז נישט קיין אפציע, ווייל אנדערע צוויי בנים אקופירן עס שוין) און דערנאך ווען די מוזיק וועט זיך נעמען הילכן מיט די שטורמישע געזאנגען, וועט יעדער פאטער זיך אויפהייבן פון בענקל און זיך ארויסלאזן אין א טאנץ מיט זיינע קינדערלעך, ארום דעם קיך-טיש (די גרויסע חסידים העלן עס מאכן, פארשטייטצעך, אין דיינינג-רום מיט די ספאט-לייטס אנגעצינדן) און פון הארצן-טיפן דאנקען דעם רבונו של עולם אויף די גרויסע חסדים בימים ההם בזמן הזה.

די אויפטו — הערט אייך איין — העט זיין דאפלט; איינס אז מ'וועט איינשפארן הונדערטער טויזנטער דאלער ממון הקדש, און צווייטנס די איינקופנטן וועלן זיין פילפאכיג, ווייל דער עולם וועט זען אז זייער געלט איז אזוי טייער, מ'גיט אזוי אבאכט אויף ממון הקדש, יעדע דאלער, יעדע פיאסטער, זאגאר יעדע רובל, ווערט אפגעהיטן ווי ס'געהער צו זיין, וועלן זיי זיך עפענען די קעשענעס, אויפפראלן די טייסטערס, רייבן די סיסי קארטלעך, און גיסן מיט שטיצע פאר די הייליגע חינוך אימפעריעס. אפגערעדט אז די קינדער העלן זיך מחי' זיין און נישט זיין די שעירים לעזעזל צו די קאפריזן פון יעדן רייסער, וואס וועט שטייגן העכער אין ראנג ווי מער ער וועט זיך איבער די שוצלאזע קינדער זיך איזדעקעווען.
ס'העט זיין זה נהנה וזה נהנה אויפ'ן שענסטן פארנעם.
וואס זאגט דר'עולם דערצו? כ'מיין ס'האט אזויפיל שאנסן ווי 9.9.9....


קרעדיט: אידישע וועלט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 22:48 לינק ישיר 



דאס איז די ליכטיגע צירה פון אונזער רבי זאלישעל, נאכן נופש'ן און צפון מיאמי, מען זעט בחוש וואו דער מן הארץ איז ערענסט בא'נופש'ט,  אלזא, עס גייט זיין ערליכע בילדער פון דעם שמייכלדיגער מן הארץ וואס האט זיך  ענדליך אומגעקערט פון נופש, לשמחת לב היאקאבאוויטשליך, 

עם הארץ ביופיו תחזנה ענינו!!!!

תוקן על ידי האנדא ב- 15/12/2011 22:59:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 20:45 לינק ישיר 

געוואלד, וואס וועט זיי מיט די פיקטשערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 18:40 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
וואלן, איך הייב אן האבן ערענסטע ספיקות צו די ביסט טאקע אן ארוני.


פונקט פארקערט, ווייל ער איז אן ארוני וויל ער אוועקנעמען די לעצטע פון די צווי זאכען וואס אונז (זלונים) האבן געהאט,
מוצאי שמחת תורה (אינם גרויסען סוכה) האבן זיי שוין צוגענומען.....





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 18:09 לינק ישיר 

וואלן, איך הייב אן האבן ערענסטע ספיקות צו די ביסט טאקע אן ארוני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ענדליך: ערפארדעבל כ"א כסלו פלאן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext