בית פורומים כל העולם כולו

גרויסע שבת ברכות אין וויליאמסבורג פרשת וישב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2011 20:11 לינק ישיר 
גרויסע שבת ברכות אין וויליאמסבורג פרשת וישב

די וואך שבת פרשת וישב וועט מרן רבינו שליט"א זיין שבת אין וויליאמסבורג
לכבוד דעם גרויסן שבת שבע ברכות פין הרב ר' סיני שליט"א בן הרה"צ ר' שלום אליעזר נכד מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע
ביים טיש וועט מרן רבינו שליט"א טאנצען מצוה טאנץ  כנהוג

אין אויך לכבוד דעם גרויסן דינער פין כ"א כסלו


ביי די חתונה די וואך האב זיך אפגעשפילט א מעשה פלא
ווען דער אבי הבת הרב ר' סיני האט חתונה געהאט איז דער רבי בעל ברך משה געווען מסדר קידושין
אראפ געיינידג פין די חופה איז דער רבי בעל ברך משה זי"ע געגאנגען ציזאמען מיטן מחותן דער מעליצער רבי שליט"א
אזוי שמועסנדיג האט רבי בעל ברך משה אזאג געטאן פארן מחותן אז ביי די חתונה בין איך געווען מסדר קידושין
ביי די אייניקליך וועט איר זיין מסדר קידושין

די וואך האט דער מחותן הרב הצדיק ר' נפתלי הארוויץ שליט"א פין לאנדאן דער אבי הבן מכבד געווען דער רבי'ן מיט סידור קידושין
ביי די חופה האט מען אויס געריפן דעם רבי'ן שליט"א צי סידור קידושין אין דער רבי האט געהייסן אויס ריפן דעם מעליצער רבי מיט סידור קידושין
 ( נישט פארגעסן דארט איז געווען נאך 2 זיידע'ס דער ראחבוער רב שליט"א פין ארץ ישראל מיט  הרה"צ ר' שלום אליעזר )

נאך די חופה איז דער מעליצער רבי שליט"א ציגעגאנגען צים רבי'ן שליט"א אין געזאגט ישר כח איר האט מקיים געווען מצות כיבוד אב

ויהי לפלא


תוקן על ידי בלומבערג ב- 15/12/2011 20:14:10




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2011 08:22 לינק ישיר 

גרוינים כתב:
יאפ גוט געזאגט
אין די קליינע פירהאנג ארמארי וועט מען זיך פרייען בשמחת רבכם וואס וועט זיך פרייען אז ער האט דעם אראמארי טראץ דאס איגנארירן דין תורה
און אינעם ריזן בעדפארד ארמארי וועט מען זיך פרייען בשמחת התורה מיטן סיום מס' פסחים ובשמחת רבינו הקדוש בשמי מעל אז די הארעוואניא פון תורה טרייע אידן אנע פשרות איז נישט געגאנגען לריק און טראץ אלע טערונגען אויף דער וועלט ווערט מקוים ב"ה דער לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים און די געטרייע חסידים אלע יארן פון רביה"ק און פון ממשיך דרכו בקודש רבינו בעל ברך משה און ווערט ווייטער געפירט דורכן גדול בישראל מרן רבינו הגה"ק שליט"א עד ביאת הגואל במהרה
כאילו אין בעדפארד ארמארי איז דא מער בענקלעך אנגעגרייט ווי די העיווארד ארמארי ביידע זאלן זענען אנגעגרייט בערך 4000 זיצן כמעט 100 פארצענט די זעלבע ביידע זענען ארויף מיט בערך 500 מער זיצען ווי פאריאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 05:06 לינק ישיר 

יאפ גוט געזאגט
אין די קליינע פירהאנג ארמארי וועט מען זיך פרייען בשמחת רבכם וואס וועט זיך פרייען אז ער האט דעם אראמארי טראץ דאס איגנארירן דין תורה
און אינעם ריזן בעדפארד ארמארי וועט מען זיך פרייען בשמחת התורה מיטן סיום מס' פסחים ובשמחת רבינו הקדוש בשמי מעל אז די הארעוואניא פון תורה טרייע אידן אנע פשרות איז נישט געגאנגען לריק און טראץ אלע טערונגען אויף דער וועלט ווערט מקוים ב"ה דער לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים און די געטרייע חסידים אלע יארן פון רביה"ק און פון ממשיך דרכו בקודש רבינו בעל ברך משה און ווערט ווייטער געפירט דורכן גדול בישראל מרן רבינו הגה"ק שליט"א עד ביאת הגואל במהרה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 03:19 לינק ישיר 

טוב להודות: דער יום טוב כ"א כסלו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א
דעם שבת קודש הבעלל"ט געפאלט אויס דער הייליגער יום טוב כ"א כסלו, דער טאג וואס טויזענטער און צענדליגער טויזענטער אידן פון איבער דער גארער וועלט געבן אפ א שבח והודי' פארן בוכ"ע אשר לא השבית לנו גואל, און האט אונז באשאנקן נאך דעם ביטערן און שווערן וועלט קריג מיט דעם מנהיג ישראל מרן רבינו הקדוש והטהור בעל יואל משה זי"ע. ‎​
 
ווי יאר-יערליך ווערט דער טאג אפגעצייכעט מיט גרויס התרגשות און חדווה דקדושה, ספעציעל בצל הקודש פון ממשיך דרכו מרן רבינו שליט"א. דעריבער וועלן מיר דא באריכטן דעם סדר היום טוב בצל הקודש. ‎​
 
אייגענטליך וועט זיך שוין דער גרויסער יום טוב אנהייבן שבת קודש, ווען אלפי בחורי חמד תלמידי ישיבת סאטמאר וועלן זיך צוזאמקומען אויף א שבת התוועדות בצל הקודש. די בחורים וועלן דאווענען בשבת אחים גם יחד און ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. און די סעודות וועלן פארקומען אין פראכפולען זאל "פרדס פיגא", בראשות ראשי הישיבה שליט"א. ‎​
 
פרייטאג צונאכטס וועט פארקומען אינאיינעם מיטן טיש פון רבי'ן שליט"א א שמחת שלום זכר לרגל הולדת הנכד אצל חדב"ן הרה"ג ר' אלחנן חיים פילאפף שליט"א. דער ביהמ"ד וועט ספעציעל איינגערישט ווערן אויף א גרעסערן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחתו פונעם מנהיג העדה מרן עט"ר שליט"א. אזוי אויך ווערט צוגעשטעלט הויעכשטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד וועלכע וועלן אריבערקומען גלייך נאך זייער סעודה צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א. ‎​
 
שבת צופרי וועלן די בחורים אויך דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. דער קלימאקס פונעם שבת וועט זיכער זיין בעת רעווא דרעווין ווען מ'וועט זיך צוזאמקומען אין גרויסן ביהמ"ד פראווען דעם עת רצון אזוי ווי דער בעל הנס רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט. ‎​
 
מוצש"ק וועט פארקומען דער כינוס השנתי ביינעזאם מיט דעם דינער להחזקת המוסדות און סעודת הודאה אינעם גיגאנטיש גרויסן ניו יארק סטעיט ארמארי זאל. אזוי אויך וועט דארט געפראוועט ווערן די וואכנאכט פון רביןס אייניקל. ‎​
 
דער רבי שליט"א וועט ערשיינען אין זאל צו די באשטימטע שעה און מפאר זיין בראש המסובין, און זיך וואשן צום סעודת דדוד מלכא משיחא. ‎​
 
דער מעמד אדיר איז געוויס דער גרעסטער און שטערקסטער כינוס פון חסידישע אידן אין ניו יארק רבתי, דער פעדער איז צו ארים צו שילדערן דאס התרגשות און פרייד וואס נעמט ארום חסידי סאטמאר אט דעם געהויבענעם נאכט. און עס איז קלאר אז דער טאג וועט פאראייביגט ווערן אין די גלארייכע סאטמארער היסטאריע ביכער מיט גאלדענע אותיות. ‎​
 
דער הויעכפונקט און קלימאקס פונעם מעמד וועט זיין די דרשה פון רבינו שליט"א, וואו ער וועט משמיע זיין דברות קדשו חוצב להבות אש, אויף די ענינים העומדים על הפרק און וואס דער בעל הנס רביה"ק זי"ע פאדערט פון אונז. ‎​
 
דער נאכט וועט געשלאסן ווערן מיט געהויבענע ריקודין להלל ולשבח את כבוד שמו יתברך אויף די געוואלדיגע ניסים וואס ער האט אונז געטון. ‎​
 
זונטאג אינדערפרי וועט פארקומען דער ברית אין היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סטריט. ‎​
 
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו! ‎​
 
שישו ושמחו בשמחת רבינו וקהלינו!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2011 00:01 לינק ישיר 

רבינו שליט"א וועט זיין אין וויליאמסבורג נעקסטע וואך אויכט שבת חנוכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויסע שבת ברכות אין וויליאמסבורג פרשת וישב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext