בית פורומים אידישע געדאנק

טוב להודות: דער יום טוב כ"א כסלו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2011 22:31 לינק ישיר 
טוב להודות: דער יום טוב כ"א כסלו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א

דעם שבת קודש הבעלל"ט געפאלט אויס דער הייליגער יום טוב כ"א כסלו, דער טאג וואס טויזענטער און צענדליגער טויזענטער אידן פון איבער דער גארער וועלט געבן אפ א שבח והודי' פארן בוכ"ע אשר לא השבית לנו גואל, און האט אונז באשאנקן נאך דעם ביטערן און שווערן וועלט קריג מיט דעם מנהיג ישראל מרן רבינו הקדוש והטהור בעל יואל משה זי"ע. ‎​
 
ווי יאר-יערליך ווערט דער טאג אפגעצייכעט מיט גרויס התרגשות און חדווה דקדושה, ספעציעל בצל הקודש פון ממשיך דרכו מרן רבינו שליט"א. דעריבער וועלן מיר דא באריכטן דעם סדר היום טוב בצל הקודש. ‎​
 
אייגענטליך וועט זיך שוין דער גרויסער יום טוב אנהייבן שבת קודש, ווען אלפי בחורי חמד תלמידי ישיבת סאטמאר וועלן זיך צוזאמקומען אויף א שבת התוועדות בצל הקודש. די בחורים וועלן דאווענען בשבת אחים גם יחד און ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. און די סעודות וועלן פארקומען אין פראכפולען זאל "פרדס פיגא", בראשות ראשי הישיבה שליט"א. ‎​
 
פרייטאג צונאכטס וועט פארקומען אינאיינעם מיטן טיש פון רבי'ן שליט"א א שמחת שלום זכר לרגל הולדת הנכד אצל חדב"ן הרה"ג ר' אלחנן חיים פילאפף שליט"א. דער ביהמ"ד וועט ספעציעל איינגערישט ווערן אויף א גרעסערן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחתו פונעם מנהיג העדה מרן עט"ר שליט"א. אזוי אויך ווערט צוגעשטעלט הויעכשטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד וועלכע וועלן אריבערקומען גלייך נאך זייער סעודה צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א. ‎​
 
שבת צופרי וועלן די בחורים אויך דאווענען אין ביהמ"ד הגדול. דער קלימאקס פונעם שבת וועט זיכער זיין בעת רעווא דרעווין ווען מ'וועט זיך צוזאמקומען אין גרויסן ביהמ"ד פראווען דעם עת רצון אזוי ווי דער בעל הנס רביה"ק זי"ע האט איינגעפירט. ‎​
 
מוצש"ק וועט פארקומען דער כינוס השנתי ביינעזאם מיט דעם דינער להחזקת המוסדות און סעודת הודאה אינעם גיגאנטיש גרויסן ניו יארק סטעיט ארמארי זאל. אזוי אויך וועט דארט געפראוועט ווערן די וואכנאכט פון רביןס אייניקל. ‎​
 
דער רבי שליט"א וועט ערשיינען אין זאל צו די באשטימטע שעה און מפאר זיין בראש המסובין, און זיך וואשן צום סעודת דדוד מלכא משיחא. ‎​
 
דער מעמד אדיר איז געוויס דער גרעסטער און שטערקסטער כינוס פון חסידישע אידן אין ניו יארק רבתי, דער פעדער איז צו ארים צו שילדערן דאס התרגשות און פרייד וואס נעמט ארום חסידי סאטמאר אט דעם געהויבענעם נאכט. און עס איז קלאר אז דער טאג וועט פאראייביגט ווערן אין די גלארייכע סאטמארער היסטאריע ביכער מיט גאלדענע אותיות. ‎​
 
דער הויעכפונקט און קלימאקס פונעם מעמד וועט זיין די דרשה פון רבינו שליט"א, וואו ער וועט משמיע זיין דברות קדשו חוצב להבות אש, אויף די ענינים העומדים על הפרק און וואס דער בעל הנס רביה"ק זי"ע פאדערט פון אונז. ‎​
 
דער נאכט וועט געשלאסן ווערן מיט געהויבענע ריקודין להלל ולשבח את כבוד שמו יתברך אויף די געוואלדיגע ניסים וואס ער האט אונז געטון. ‎​
 
זונטאג אינדערפרי וועט פארקומען דער ברית אין היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סטריט. ‎​
 
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו! ‎​
 
שישו ושמחו בשמחת רבינו וקהלינו!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 08:13 לינק ישיר 

און אין קרית יואל ישיבה שטעלט מען זיך נאך אויף אז מען זאל מיטברענגען פייפערס ווען ר' זלמן לייב גייט רעדן ביים דינער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 06:50 לינק ישיר 

משטעלט שוין אויף אין ישיבה אין קווינס דעם ראש הישיבה מסביר זיין אז דער רבי וועט נישט רעדן לאנג און דער עולם זאל ביטע, אויב מעגליך, אפשר, אולי, קומען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 06:05 לינק ישיר 

זייער א אונהאלטסרייכע אינפארמאציע דינער ליין איז צוגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה פון די סאטמארע מוסדות ספעציעל פאר דעם גרויסע טאג וואס רבבות אלפי ישראל ארויס ווען מען וועט זיך צוזאמקומען אפגעבן א שבח והודאה פארן בורא כל עולמים אויף די אלע נסים וואס ער האט געטאן פאר אונז אנגעהויבן ביים הצלה פונעם רכשכבה"ג רבינו הק' זצ"ל, און אזוי ווייטער ביזן היינטיגן טאג וואס מיר האבן ב"ה די זכי' ווייטער אנצוהאלטן די הייליגע דרך וואס ער האט אונז געלערנט, טראץ אלע שטרויכלינגען מבית ומבחוץ.
 
אלע אפדעיטס אנווייזונגען און דעטאלן, אזוי אויך דרשות פון פארגאנגענע יארן קען מען הערן אויף 718-819-3009



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 05:43 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער גייט דאס יאר זיין א גאר פונקטליכער מעמד, היות דער זאל איז אין וויליאמסבורג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > טוב להודות: דער יום טוב כ"א כסלו בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext