בית פורומים אידישע געדאנק

וויליאמסבורג ארמארי א דורכפאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2011 09:36 לינק ישיר 
וויליאמסבורג ארמארי א דורכפאל

דאס יאר איז געלונגען פאר די עסקנים צו באקומען די ריזיגע ארמארי בילדונג פאר די מעמד הגדול, באזוכנדיג היינט דארטען בין איך ממש נתפעל געווארן ווי נאריש מען האט אוסגעשטעלט די ריזיג זאל, געטס נאר א קוק די בילדער פונעם אנדערע ארמארי אויף בעדפארד וואס איז אגב גארנישט גרעסער ווי דעים בילדונג. קען טאקע הנהלת המוסדות נישט אויפנעמען אפאר נארמאלע עסקנים צו מאכן דעים דינער לשם ולתפארת

תוקן על ידי מאירשלום ב- 16/12/2011 09:37:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 12:37 לינק ישיר 












דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 09:15 לינק ישיר 

עס איז זייער שפעט פאר מיר יעצט צו שרייבן נאר איין קלייניקייט מיז איך ארויסברענגען 
איך בין נישט געווען ביי די ארמארי אויף מארסי איך בין געווען ביי די בעדפארד ארמארי 
איך האב געשריבן פאר די מסיבה אז עס פעלט נישט אויס קיין ליילעכער עס נעמט אוועק פלאץ אין עס קאסט געלט 
איך וויל צריוקציען פון איין פוינט ווייל קיין פלאץ נעמט דאס נישט אוועק די ליילעכער האבן געהאנגען ביים וואנט עס לויפט ארום א גאלערי ארום די בנין. די ליילעכער האבן געהאנגען ביים גאלערי
דעס נעמט נאך נישט אוועק די אנדערע פראבלעם פון די ממון הקדש וואס עס ווערט געספענט דערפאר וואס איז לדעתי א עון פלילי 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 20:19 לינק ישיר 

מורהדיג, געלייגט די אוידיאוי פון די דרשה אויף די ווידיאוי פון סוף, WOW ביסט געוואלדיג,

נישט מער ווי דריי טעג צוריק האבן די ארונישלעך געשפרינגען ליילעכער לייעכער, דריי טאג שפעטער? יעדער זעהט וויאזוי זייער זאל קוקט אויס, ארוני טייערער, סטאפ אריין כ"א כסלו אין דיר ארמערי אויף מארסי עוו, אין כאפ א בליק, נישט געדאגעט מיר וועלען האבן הצלה אן סין. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 20:16 לינק ישיר 

עס איז געווען מוצ״ש, כמעט קיינער ארבעט נישט זונטאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 19:53 לינק ישיר 

דאס פארגאנגענע יאר האט דער נואם הכבוד פארצויגן זיין דרשה פיהל מער ווי די אנגעגעבענע צייט,דאס האט געברענגט אז ווען די רבי האט אנגעהויבן זיין דרשה איז שוין געווען זייער שפעט, וועט מען העכסטענס הערן די ריקארדינג פון די דרשה ביי א אנדערע געלעגנהייט, ס,איז נישט געווען פיקוח נפש צו הערן תיכף ומיד אז איך איך איך און נאכאמאל איך בין דער גרעסטע בעסטע רבי  פון קאפ ביז פוס פון די גרעסטע שענסטע גרינסטע מוסדות

תוקן על ידי הדלקה ב- 16/12/2011 20:23:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 19:40 לינק ישיר 

וויכטיג כתב:
פאריגע יאר, ווען נאך זייער גאנצע פראפאגאנדע מיט טויזנטער קאלירטע פלאקאטן ווי "עקסייטינג" ס'גייט זיין צו פארן אויף א "טריפ" מיט שיפן וכו' איז למעשה ביי זייער פאלאסקי געווען א עולם היפש קלענער ווי אין וועסטערן פלאזא







http://youtu.be/hTJ4d1_uQuM



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2011 19:39 לינק ישיר 

סהאט קלאר נישט די זעלבע נאמבער זיצען, חסידי מהרי"י האבען געהאט לעצטעס יאר א פראבלעם אז סאיז געוועזען א מעיזשער מאנגעל אין פלאץ, אסאך מענטשען האבען נישט געקענט אריינקומען בכלל אין זאל, ארבייטען זיי זייער שטארק צו אריינקוועטשען ווי מער פלעצער אין די ארמארי, ווי מער שטאקען אויף די פארענטשעס און ביי די טישען אויך, משא"כ ביי חסידי מהר"א דארף מען נישט אזויפיל פלאץ נאר מ'ארבעט די עיקר אויסצו שטעלען אז אויף די פיקטשערס זאל עס צייגען בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 18:00 לינק ישיר 

קיינער האלט דיר נישט אפ פון גיין צום קראון הייטס ארמארי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 17:51 לינק ישיר 

ביידע האבען בערך די זעלבע צאל זיצען אבער די אויסשטעל איז פיל שענער מאכטפולער און געשמאקער ביי די בעדפארד ארמארי, ביידע האבען בערך 4000 זיצען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 17:22 לינק ישיר 

גאנץ א גוטע טריי.. דאס איז די ערשטע הכנה צו די ארונישע "געווינערס" צו קענען אפענטפערן א טאג נאכ'ן מעמד פארוואס ביי די זאלונים איז געווען א גרעסערע עולם..

פאריגע יאר, ווען נאך זייער גאנצע פראפאגאנדע מיט טויזנטער קאלירטע פלאקאטן ווי "עקסייטינג" ס'גייט זיין צו פארן אויף א "טריפ" מיט שיפן וכו' איז למעשה ביי זייער פאלאסקי געווען א עולם היפש קלענער ווי אין וועסטערן פלאזא אן קיין "טריפס" מיט "קענדיס" און אן די קאלירטע פלאקאטן אויף די גאסן.. איז געקומען צו פליען איין תירוץ נאכ'ן צווייטן, די שיפן זענען פשוט נישט אנגעקומען, די שיפן האבן נישט געהאט גענוג פלאץ, וכו' .. איי מיט א פשוטע "געלע באס" איז עס א וועג פון אפשר צען מינוט, אבער, מממע,מי, מיא..  מיר זענען נאך אלס די גרעסטע...

דאס יאר ווען די צוויי ארמארי געביידעס זענען בערך די זעלבע גרויס, די אויסשטעל פון ביידע האט מען געמאכט בערך די זעלבע, בלויז עטליכע קליינע חילוקים, ביי די זאלונים אין וויליאמסבורג ארמארי געביידע האט מען אנגעגרייט פיל מער פלעצער סיי פאר בעלי בתים סיי פאר אברכים און בחורים, גיב למשל א שטיקל בליק ווי הויך און וויפיל שטאקן די פארענטשעס זענען ביי קראון הייטס, און קוק ביי וויליאמסבורג, און פארמאך דיין פארווייטאגט מויל מיט וואסער ביז דו וועסט קענען אויפקומען מיט א בעסער ספין אונטער א אנדערע פארווייטאגטע ניק..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויליאמסבורג ארמארי א דורכפאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext