בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליכע דורכפאל אין בני ברק פאר זאלי'ס כ"א כסלו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/12/2011 02:51 לינק ישיר 
שרעקליכע דורכפאל אין בני ברק פאר זאלי'ס כ"א כסלו

אין א שאנדפולן אין מערקבארע דורכפאל האט די זאלי פארטיי געליטן היינט כ"א כסלו אין בני ברק

ווי שוין דערמאנט אין די שפאלטנ'ס דא אויפן פארום האט די זאלי פארטיי באשלסן די יאר אז מען גייט פראווען דעם כ"א אין בני ברק אין ווייזן ( נוסח בן פראדל ) אז די זאלי'ס זענען בעלי בתים אין בני ברק
קודם האט עס זיי געפלאנט צי מאכן אין התמר זאל נאר היות ס'איז געקומען פרעשור פין די אייגענע זאלי רייען אין ירושלים אז זיי גייען עס בויקטירין האבן זיי עס אריבער געפירו צי קינג דעווי'ס האטל

זייט סוכות אין מעכיל שלעזינגער מיטן יפו'ער צדיק זיכער געמאכט צי מאכן קאנטאקט מיט אלע רבנים פין בני ברק אנצישאפנען די רבנים צי קומען
מען האט פארקויפט וואספארע קדוש ופרוש דער ר' חיים הערש אין ס'איז די ערשטע מאל  וואס דער קדוש ופרוש קומט קיין בני ברק

למעשה זענען אנגעקומען 2 רבנים
1) מאכניווקער רבי וואס איס בדרך אגב דער " איינציגיסטער " רבי וואס שטייט אין די ליין צי די טמא'נע בחירות
וואס האט באקומען לכבוד דעם באזוך א מכתב כתוב וחתום פין ד יזאלי פארטיי אס מען גייט אים ריפן בעלז מאכניווקע

2) אין הרב הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן פין ירושלים וואס ווערט אויס געהאלטן ער מיט זיין גאנצע משפחה דורך אפרים שטערן
ממילא איז אפרים בעל בית

אויסער דעם איז קיין רבי צי רב נישט געווען טראץ די פרעשור פין איבער 2 חדשים

אה איינעם פארגעסן ר' דוד שמידל מיט זיין גרויסן קראך אין די הוט וואס איז דארט געווען פאר א גוט אויג


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/12/2011 10:53:48




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 09:11 לינק ישיר 

איך קען נישט פאשטיין פארוואס האט עס אויסגעפעלט פאר די בעלזא מכנובקא רבי, געווענטליך פאסט ער זיך שטארק אויף זיך נישט אריינמישען.

איך האב איין לימוד זכות, אז שוין יארען וואס דער בלאט אנערקענט נישט אין איהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 10:44 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2931665&forum_id=771



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 14:36 לינק ישיר 

דשבתא כתב:
איך קען נישט פאשטיין פארוואס האט עס אויסגעפעלט פאר די מכנובקא רבי, געווענטליך פאסט ער זיך שטארק אויף זיך נישט אריינמישען.

איך האב איין לימוד זכות, אז שוין יארען וואס דער בלאט אנערקענט נישט אין איהם.

ער איז געקומען ווייל הכסף יענה את הכל..
גאנץ פשוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 15:49 לינק ישיר 

מען זאגט אז דאס איז געווען לויט די הוראה פון אלי'ש ענגלענדער .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 16:11 לינק ישיר 

הוראה פון מיין באבע

אויב קענסטו אביסל די הלוך ילך אין בעלזא מכנובקא, וואלסטו געוויסט אז ס'איז נישט דא קיין הוראה פון אלי'ש.
אפשר א בקשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 20:45 לינק ישיר 

שרעקליכע דורכפאל
די פילקעפיגער טויזענטער ציבור אידן זינגען חסדי ד' כי לא תמנו מיט א געולדיגע שמחה, ווען דער ריזיגער "קינג דעוויד" זאל וואס באשטייט פון 18 טויזענט סקווער פיס איז איבערגעפילט מפה אל פה.


אנגעזענע רבנים צווישן די פילע  רבנים וואס וואוינען אין בני ברק וואס האבן אנטיילגענוומען ביים מעמד:
הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א ראש ישיבת מתיבתא דר' יוחנן ויו"ר אגודת אתרא קדישא
כ"ק אדמו"ר מקאזמיר שליט"א
כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכניווקא שליט"א
הגאון הגדול רבי משה בענדעדיקט שליט"א רב ואב"ד חוג חתם סופר
כ"ק אדמו"ר מזוויעהל בני ברק שליט"א
הגאון ר' יעקב יהושע ענגלאנדער שליט"א ראש ישבת מחזיקי תורה בעלזא מאכניווקא
הגאון ר' אברהם ישעי' טורטשין שליט"א ראש ישיבת בית הלוי
הגאון ר' שלמה אייגער שליט"א מראשי ישיבת באבוב
הגאון ר' אברהם יצחק אולעך שליט"א מו"צ בית הוראה פון הגר"ש וואזנער און מראשי הכולל טשערנאביל
הגאון ר' משה בויער שליט"א מרבני כולל חזון איש בני ברק


און נאך פילע צענדליגער רבנים און מורי הוראה פון ירושלים שליט"א וועלכע מיר וועלן שפעטער אויסרעכענען ביי די קומענדיגע באריכט, אויפצומארגאנס




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/12/2011 21:11 לינק ישיר 
מאחניווקער צדיק גייט צי די בחירות מיט א לשם יחוד, קנאות נוסח זאלי/ הולכי לבג"ץ

 





תוקן על ידי אייזיל ב- 18/12/2011 21:12:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 21:57 לינק ישיר 

אויך קוילער זיך פאר געלעכטער פון די ריזיגע ליסט פון די רבנים וואס די ברענגסט דא, פון צווישען 500 רבנים אין בני ברק, האט מען א ליסט פון 10 רבנים וואס רוב דערפון זענען סתם כולל אינגעלייט, עס איז גענוי ווען איינער זאל שרייבן ביי א וויליאסמבורג'ער מסיבה אזא ליסט:

כ"ק אדמו"ר מוועגשייד שליט"א
כ"ק אדמו"ר מזענטע שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסיגוט ב"פ שליט"א
הגאון הגדול ר' ישראל מענדל שווארץ אב"ד לאשאנץ
הגאון ר' יצחק שווארץ שליט"א רב ואב"ד בראד
הגאון ר' יצחק גליק שליט"א אב"ד בית אברהם ויו"ר התאחדות הרבנים
הגאון ר' משה האפמאן שליט"א ראש ישיבת מתמידים
הגאון ר' אברהם לויפער שליט"א ראש ישיבת דאראג
הגאון ר' יקותיאל יודא סאנדל שליט"א מראשי ישיבת זכרון יואל
הגאון ר' מנשה פילפף שליט"א מו"ץ בית הוראה פון הגריח"מ פריעדמאן ומראשי די צייטונג
הגאון ר' יואל זיכערמאן שליט"א מרבני כולל תורה ויראה סאטמאר

איצט לאמיר שנעל דורך גיין וועם די זאליס האבן אלס געריפען און געשיקט צו יעדעם באזינדער 2 מושלחת'ער, ר' חיים הערש אליין האט ארום געקאלט, די זאלי האבן געלייגט די וועלטס פרעשור אז זיי זאלן קומען, און קיינער אויסער דער חברון'ער מחנובקער רבי איז נאך פרעשור געגאנגען די לעצטע מינוט.

דא א טיילווייזער ליסט פון רבני בני ברק וואס זענען נישט געווען, קומט מיר יעצט אויף די מינוט ארויף אפען זיכרון.

הרב וואזנער, ובנו הרב חיים, ובנו הרב אברהם אליהו, הרב לאנדא, הרב קראליץ, כ"ק מנדבורנא, כ"ק מטשערנבול, כ"ק מבאהוש, כ"ק מסלונים, כ"ק מסטריקוב, הרב משה שאול קליין, הרב שמואל אליעזר שטערן, הרב יעקב מאיר שטערן, הרב שלמה זלמן אולמאן, הרב מענדל שופראן, הרב אלטמאן אב"ד חוג חתם סופר, הרב יצחק זילבערשטיין, הרב בערלינוב, 12 דיינים מבי"ד הרב וואזנער, 9 דיינים מבי"ד הרב לאנדא, 36 דיינים מבי"ד הרב קראליץ, רבי אלי' כ"ץ, רבי אלימלך בידערמאן, רבי סיני האלבערשטאם, ביאלע, זוטשקא, ראזדין, זידיטשוב, נאראל, ספינקא, ספינקא, לייטניק, סקולען, קרעטשניף, דעהש, ראזענבוים - ראחוב, ערלוי, מוזדיץ, וויזניץ מאנסי, וויזניץ בני ברק, דושינסקי, באבוב, באבוב, בני רבי נתן געשטענער, איבער 200 ליטווישע ראשי כוללים אין בני ברק, וכו',

די וועלטס פרעשור וואס זיי האבן געלייגט אויף הרב וואזער אז ער זאל קומען, דערנאך אז ער זאל שיקן א בריוו, שיקן א זון, אבער פרייטאג זענען געווען ביי אים מענדל דאוידאוויטש און דער תימן'טאלער, טאלער האט געברענגט א טשעק פון 25 טויזענט דאלער פאר ישיבת זכרון מאיר, אז הרב וואזנער זאל אים כאטשיג געבן א בריוו, האב הרב וואזנער האט אים געזאגט אז ווילאנג ער איז זיך מתחצף און פאלגט נישט די דעת תורה פון די רבני בני ברק, אז ער מיז ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ, און באצאלען פאר די מוסדת די דמי שכירות, וויל ער נישט האבן קיין שייכות מיט אים, און וויל נישט האבן קיין פרוטה פון אים.

הרב וואזנער האט באפוילען פאר אלע זיינע מורי הוראות נישט צו גיין, דאלס זעלביגע האט באפוילען הרב לאנדא און הרב קראליץ.

דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט מיט די רבני ירושלים, פון די חברי בדי"צ העדה החרדית איז קיינער נישט געקומען נאר הרב אולמן, כ"ק מתולדות אהרן איז נישט געקומען, נאר אזוי פיל האט ער געטאן לכבודם פון די זאליס, אז היי יאר איז ער נישט געגאנגען צו די אהרונים אין ירושלים אויך נישט.

הנגיד ר' בערל ווייס ני"ו וואס איז געווען די אורח הכבוד ביי די זאליס, האט נישט געוואוסט אין וואספארא גארביטש די זאליס לייגן אים אריין, ווען ער האט זיך דערוואוסט דערפון, האט ער עס אפגעזאגט, רז"ל האט אים געקאלט בעטן אז ער זאל יא גיין, בלית ברירה איז ער קודם געקומען צו די מסיבה פון קהלתינו אין בני ברק, - ווי קיינער האט אים נישט גערופען - און איבערגעלאזט א ריזיגע סומע לטובת המוסדות, דערנאך איז ער געגאנגען צו די זאליס אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן.

די זאליס רייסן זיך ארום ווער עס איז שולדיג פארן אריין שלעפען זייער חיים הערש אין אזא גארביטש, און די מכת רצח וואס ער האט געכאפט פון די רבני בני ברק, זיי באשולדיגען טאלער פאר דעם צודרייטען אקט, און מעכטיגען דורכפאל, טייל זאגן אז די גאנצע זאך איז יעקב בער ארבעט כדי איינצוטינקען חיים הערש אין גארביטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2011 23:44 לינק ישיר 

א דאקטער ביטע...
אט איז א תגובה פון א זאלי אין בחדרי
 
מי שמתפלא על מה יצא קיצפם של הארונים, זה בגלל שהגאון האדיר רבי דוד שמידל שליט"א השתתף במעמד הזאלונים בבני ברק, זה מכה קשה בשבילם. (ל”ת)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2011 02:58 לינק ישיר 

זא נאר מיסטער פאפיטעס..אין ביי ענק זענען זיי יא געווען ? טא אויב אזוי פארוואס פאר אינז הייסט עס א אדרכפאל אין ביי ענק נישט ?
הא לן והא להו

תוקן על ידי IAMSMART ב- 19/12/2011 03:15:19




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/12/2011 05:20 לינק ישיר 


כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מבעלזא מכנובקא שליט"א גייט צי די בחירות ווייל דאס איז א חוב קדוש פין די הייליגע בעלזא רב זצוק"ל זי"ע אז די האסט א פראבלעם דערמיט וואלסטו דאס געדארפט פייטן מיטן בעלזא רב ז"ל - זייענדיג א מנהיג פין א עדה פין איבער 1300 בעלזא יודען אין האבענדיג אינטער זיין נאמען 18 בעלזא בתי מדרשים איבער די גאנצע וועלט. 21 כוללים. 6 תלמוד תורהס .
וואס יעדער וואס דרייט זיך צווישען די בעלזא מכנובקא אינגעלייט אין ישיבות אין זייער שטיבלעך קען מעיד זיין אז דאס איז ארגינעל בעלזא אפי' מ'וועט זיי אנאמען געבן וויען אדער באבוב אדער גער וועט עס קיינעם נישט העלפן. אין דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס דער גרויסע ריזיגע מעכטיגע בעלזא קען בשו"א נישט ביישטיין זיי זאלן זיך רופן אפי בעלזא מכנובקא . דער רבי האט זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט איך בין נישט גארנישט אין וויל נישט גארנישט איך בין א בעלזער חסיד ! ער וועט ער זיך נישט שרעקן פאר קיינעם אין ווייטער פאלגן דעם חוב קדוש אין טאקע דאס איז זיין סוקסעס אין דערפאר איז ער ארויפגעקיקט אפי' ביי רוב בעלזא אידען וואס זענען נישט זיינע חסידים .
נאכמער דער גרעסטער תומך הרבני הנגיד הרב החסיד רבי אלי' ענגלענדער שליט"א איז א גרעסערע קנאי פין אלע שרייבערס דא אין מסתמא פין 90% סאטמארע יודען (אויב נישט מער) אין ער איז א ערענסטער איד אין מיינט עס אמתדיג , נישט ווי רוב היינטיגע סאטמארע אידען וואס איין צד זיצט אין בג"ץ אין די צווייטע זייט נעמט א אורח הכבוד א פרא ציוני ביידע זייטן האבן ציונות מיטן רביזיכרונוליברכה אינאיינעם גאר טיף פארפאקט ווען ס'קומט זיי גיט אויס בג"ץ ואורח הכבוד יוכיח ,
יעצט צום פוינט ,
די ארונים פלאקערן פאר כעס . מען האט אפי אהער געקראצט א אשכול פין 2 יאר צוריק . ס'גייט נישט טוישן גארנישט ביי קיינעם .  בעלזא מכנובקא איז נישט אויף קיין איין סאטמארס פעיראל יא זיי קומען נאך געלט פונקט ווי סאטמאר גייט אין זייער שוהלן נאך געלט . נאך אלעמען איז ער געגאנגען ווייל די גבאים האבן אים געטראגן ער ליגט נישט אין מחלוקת אין ווייסט בכלל נישט וואס דא גייט פאר . ער איז א איידעלע איד וואס אנטלויפט פין מחלוקת . די גבאים האבן געהאלטן אז אזויווי די זאליס האבן שטארק געבעטן אז די רבי זאל קומען אין א גאנץ יאר העלפן זיי בעלזא מכנובקא מוסדות אלץ הכרת הטוב דארף מען צוריק גיין - די ארונים ווידער האבן גערידערט אין געסטראשעט איי 1 ער איז דאך א ציוני זאל ער יא גיין 2  ווער זענען די ארונים צי סטראשענען ווען אין זייער דיקשענערי עקזיסטריט נישט בעלזא מכנובקא ,

המשך יבא




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/12/2011 05:28 לינק ישיר 

די זאליס זענען געקומען צום מחנובקער זאגן אז דער רבי שליט"א גייט שלום מאכן מיט בעלזא'ר יעצט ווען ער גייט קומען קיין ארץ ישראל, דעריבער איז דער הולך לבחירות געלאפן צו די זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליכע דורכפאל אין בני ברק פאר זאלי'ס כ"א כסלו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext