|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:15 |
|
| |
איך בין לעצטעס יאר געווען פון די וואס האבען נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצען אין וועסטערען פלאזא, דעס יאר האב איך געוויסט איך מיז גיין פרי צו קענען כאפען א פלאץ, ווען איך אריינגעקומען אין ארמערי איז נאך געווען זייער פרי, אבער מענטשען האבען שוין געשטרוימט אין גרויסען, איך בין אריין אין זאל, איך האב געזען וויפיל פלעצער מהאט אנגעגרייט מיט אזעלעכע הויבע שטאקיקע פרענטשעס, אריינגעשטיפט זיצען און פרענטשעס ווי מהאט נאר געקענט, איך האב מיך פלעין דערשראקען, מדארף טאקע סאך מער פלאץ ווי לעצטעס יאר, אבער, געוואלד וויאזוי וועט זיך די פילע טויזענטער פלעצער אמאל אנפילן? איך בין געגאנגען און גענומען א גוטע פלאץ און געהאפט אז די זאל וועט אמאל ווערן אנגעפילט, ארום א האלבע שעה שפעטער וויל איך ארויסגיין אין בית כסא, איך האב נישט געגלייבט מיינע אויגען, איך האב קוים זיך געקענט אדורעכשטופען ארויס צו גיין, און קיין ליידיגע פלאץ איז שוין נישט געווען, ווען איך בין צוריק געקומען האב איך געזען ווי הונדרעטער מענטשען שטייען און האבען נישט ווי צו זיצען, ב"ה אז דעס איז אונזער פראבלעם, ס'טוט וויי אז מענטשען האבען געמיזט בלייבען שטיין אדער נישט געקענט אריינקומען אין האל, אבער איך גלויב נישט אז סאיז דא א עצה, אחוץ וואס איך האב געטוען, קומען פרי!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 20:26 |
|
| |
איך האב אויך געטראכט די זעלבע אז איך וועל קומען פרי אבער איך קום פון אפסטעיט (קר''י) און איך בין ארויס געפארן א פערטל צו אכט אין איך האב אריינשפאצירט אין זאל צוויי שעה שפעטער ( צוליב טרעפיק) איך האב געטראכט אז אזוי ווי היי יאר האט מען סאך א גרעסערע זאל ווי פאראריאר איז נישט אזוי געפערליך און מען וועט נאך טרעפן א פלאץ אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן אריינקומענדיג אין זאל אז אפילו דער ארמארי איז גאר קליין
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:26 |
|
| |
א קורצע איבערזיכט אויף די דברות קודש במעמד רבבות ישראל
נאך א לענגערע דרוש אויף פרשת השבוע האט דער רבי שליט''א הערליך משלב געווען דעם נס חנוכה צו דעם נס פון כ''א כסלו אין וועלעכע דער רועה נאמן מרן רבינו הקוה''ט זי''ע איז געראטעוועט געווארן פון די דייטשע רשעים ימ''ש דער רבי האט הערליך אויסגעשמועסט אז דער נס גייט נאך יעדן איינציגסטן טאג עד היום הזה אין די הייליגע מוסדות ווי עס ווערן נתחנך קרוב צו 10.000 קינדער בליעה''ר מיט גרויס התרגשות האט דער רבי געבעטן תומכי המוסדות אליינס צו גיין באזוכן אין די תלמוד תורה אין אז מען זאל זעהן די נס מיט די אייגענע אויגן דערנאך האט דער רבי גערעדט מעינינא דיומא איבער די השטלטות הכופרים אויפן הייליגן ציון הרשב''י ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס ווערט ליידער געשטיצט דורך די אזויגערופענע פרומע מיטגלידער אינעם כנסת המינים דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די שרעקליכע העצע וואס ווערט אנגעפירט אקעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט יר''ה אין די שרעקליכע סכנה וואס קען ארויסקומען דערפון ה''י דערנאך האט דער רבי מעורר געווען איבער פארשידענע לייען מאטריאל וועלכע שטאפן אן דעם קאפ מיט גוישקייט אזוי אויך האט דער רבי גערעדט איבער די אינטערנעט ווי דער רבי האט מעורר געווען אז ווער עס דארף דאס האבן זאל נעמען דעם שטארקסטן פילטער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 22:10 |
|
| |
די זאל איז באמת געוועהן זייער גוט אויסגעשטעלט, אויסגענוצט יעדע אינטש ווי עס דארף צו זיין, איין קליינע הערה וואלט איך צוגעלייגט, ארום דעם זאל איז דא א גאלעריע, וואלט נישט בעסער געוועהן אז מען לייגט די בחורים אויף די גאלעריע אין מען מאכט די דורעגענג אביסל ברייטער? די דורעגענג זענען יאר איין אין יאר אויס ממש א דיזעסטער, מען שטופט זיך קעפ אויף קעפ, פארוואס זאל מען נישט דאס אביסל פארבעסערן? אז סאיז דא פלאץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 23:41 |
|
| |
די גאלערי איז נישט אזוי גרויס, מען וואלט פארדינט צוויי שורות, און אויך נישט אינגאנצן ווייל די עיר קאנדישן און סטיעם סיסטעמס ליגן אויף די גאלערי
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 15:52 |
|
| |
נו? צוויי שורות צוגעלייגט פאר די דורעכגענג וואלט אסאך אויסגעמאכט, יעדע אונטש מאכט אויס, סאיז א שטארקע יסוד , אז מען זאל קענען אנקומען צו א פלאץ אן ווערען צוזעצט הינדערט מאל עטליעסט ווען מען קומט פרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 18:01 |
|
| |
מיינע שכנים נעבען מיר אין ארמערי האבען זיך אויסגעדרוקט אז די נאכט גייט אריין אין היסטארי, סאטמאר האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געהאט אזא עולם, איך מיין אז עס איז גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 00:31 |
|
| |
וואס איז געשען מיט די איסור אויף פיקטשערס?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 01:13 |
|
| |
אזויפיל קומט נאך אלס קרעדיט די עסקנים, זיי האבן אויסגעשטעלט די זאל מיט גרויס חכמה אויסצונוצן יעדע סענטימעטער, אנגעפילט יעדע ברעקל פלאץ מיט גראדע לאנגע טישן צו אויסנוצן די מאקסימום, נישט ווי אן אנדערע פלאץ ווי מ'האט אנגעפילט א גרויסן שטח מיט גרויסע רינדעכיגע טישן וואס נעמט אויף דאפלט פלאץ, אויך האבן די עסקנים דא אהערגעשטעלט הויכע אכט שטאקן פארענטשעס אויף ביידע זייטן לענגאויס די זאל פון עק צו עק, נישט ווי אנדערע וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו ריזיקירן מיט מער ווי בלויז דריי שטאקן...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 17:41 |
|
| |
וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום
די הנהלה פון 'אידישע געדאנק' האט ערהאלטן — אינאיינעם מיט די אנדערע מנהלים און אנפירער פון אידישע צייטונגען און בילדער מאגאזינען — א בריוו פון בית כ"ק האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, אונטערגעשריבן פערזענליך פון משב"ק הר"ר שמואל טייטלבוים, וואו מען בעט בכל לשון של בקשה צו ערפילן דעם רצון און באגער פון כ"ק האדמו"ר שליט"א נישט צו פארעפענטליכן זיינע בילדער וויבאלד דאס איז למורת רוחו.
אין ליכט פון דער בקשה, וכדי לכבד את רצון קדשו פון א מנהיג ישראל, טוט די הנהלה מעלדן א נייע תקנת המקום, און עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו פאוסטן אויף דעם פארום קיין שום בילדער פון האדמו"ר מסאטמאר באיזה צורה ואופן שיהי'.
די הנהלה וועט מהיום והלאה שטרענג פארסירן די נייע תקנה. א ניק וואס וועט דערויף עובר זיין וועט אויסשטיין צו פארלירן רשות כתיבה אויף אייביג.
המהדרין בשם די הנהלה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 21:01 |
|
| |
שעפעלע מ'ווייסט פונקטליך וואס דיר באדערט, דארפסט נישט יעדעס מאל קומען מיט די זעלבע תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 23:38 |
|
| |
פארוואס שמועסט יעדער ווען ר' זלמן רעדט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2012 10:43 |
|
| |
האט מיר איינער געזאגט א שיינעם געדאנק. די אהרונים האבן גענומען אויף זיך א מיסיע צו ברעינוואשן זייערע מענטשן אז ר' זלמן לייב האט נישט קיין הונדערט אידן, איי מ'זעהט דאך אין פאקט אז ר' זלמן לייב האט טויזענטער אידן, אויף דעם האט מען דערווישט א באמבע פון לעדל אז דאס זענען נישט קיין חסידים, דאס זענען פשוט דעם כלב אהרן'ס שונאים און מתנגדים. פרעג איך אייך וועלכער נארמאלער מענטש וויל געהערן צו א רבי'ן וואס זיין באזע פון שונאים און מתנגדים וואקסן פון יאר צו יאר, און עס קומען זיך צוזאם טויזענטער פון זיי אויסצושרייען אז נישט ר' זלמן לייב איז אונזער רבי, נאר מיר האבן פיינט אהרן טייטלבוים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2012 00:45 |
|
| |
ווער עס וויל זיך אביסל אויפפרישן די אומפארגעסליכע געהויבענע סעודת הודאה, במקהלות רבבות עמך בית ישראל זאל ביטע כאפן א בליק אינעם הערליכן "קול תורה ויראה" פון חודש טבת, יעצט ארויסגעשיקט געווארן אויף די אימעיל'ס
|
|
|
|
|