שווערע טויזענטער תלמידי סאטמאר האבן דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אפגעגבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער, אופן גרויסן נס וואס ער האט געטאן פאר כלל ישראל מיט 67 יאר ציריק, ער האט געראטעוועט דעם צדיק כל הדורות פון נעגל פון די נאצישע רשעים, און ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות אנגעהויבן ציריק אויף צו בויען די חורבנות וואס די גרויזאמע נאצישע רשעים האבן חרוב געמאכט, און ער האט איבערגעפלאנצט יודישקייט און אמעריקא, מיטן פילן ארגינעלקייט אזוי ווי עס איז געווען און דער אלטער היים, פאר די היטלערישער שווערד האט אלעס גרויזאם פארשניטען,
חסדי השם כי לא תמנו,
אבער פאר סאטמאר האט דער טאג פון כ''א כסלו, נאר א טיפערע באדייט,
כ''ו ניסן תשס''ו ווען די הייליגער ברך משה זי''ע, איז ארויף מיט א שטורם ווינד און הימל, האט ליידער פאסירט אז משנאי השם נשאו ראש, ווען א ענגע גרופע וואס איז באשטאנען פון שלעכטע אנגעווייטאגע מענטשען, וואס זענען מלא רשעות ושנאה, עגאיסטישע באשעפענישען מיט שמיציגע און געמיינע אונטערעסן, האבן ליידער פארכאפט די הייליגע מוסדות וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויפגעשטעלט נאכן ביטערן חורבן, זיי האבן פארכאפט די בנינים, וואס סאטמאר האט געבויעט צענדליגע יארן בזיעת אפיים, און מיט מסירות נפש ממש.
ולא די בזה, זיי האבן דאן פראקאלאמירט אלס ''סאטמארער רבי'' עפעס א גראבער עם הארץ, א מגושמדיגער באשעפעניש, מיט שרעקליכע פארדראבענע מידות, מיט א שמיציגען עבר, און האבן דערמיט מבזה געווען די כבוד פונעם הייליגען רבי'ן זי''ע, ומ''מ כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, ארויף צו זעצען אויף זייער הייליגען בענקל אזא געמיינער באשעפעניש, וואו דעם רבי זאלישעל זאל לעבן.
חסדי השם, אז סאטמאר האט גאנץ גוט געוויסט ווער דער רבי זאלישעל איז, און מען האט זיך תיכף אפגעשאקלט פון אים מיט אפשיי, און נישט געוואלט האבן מיט אים, קיין שום פארקער, און מען האט געטאן גענוי אזוי וואו דער הייליגער רבי דער ברך משה האט באפוילען לפני מותו, מען האט זיך אונטערגעווארפן אונטער כ''ק רבינו שליט''א, און אפגעראטעוועט דעם כבוד פון סאטמאר און די גאנצער וועלט, עד הנה עזרינו רחמיך,
למעשה האט מען זיך געזען אן קיין ת''ת, אן קיין מיידל שולע, אן קיין כולל, אן קיין בנינים, ממש בעירום ובחוסר כל, דער עולם איז געווען זייער באזארגט, מען האט ממש נישט געזען קיין עתיד פאר סאטמאר און וויליאמסבורג, עס האט אויסגעזען וואו שטנא נצח, און די גאנצע האראוואניע פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וועט חלילה פארפאלען גיין רח''ל,
דאן האט זיך אויף געשטעלט, דער שר צבא ה', דער גרויסער הייליגער צדיק כ''ק רבינו שליט''א, גענוי וואו זיין הייליגעער פעטער זי''ע האט געטאן נאכן ביטערן חורבן, און אויף געשטעלט און איין יאר א מעכטיגע אומפעריע, וואס לאזט זיך נישט גלייבן, בתי מדרשים, מקווה טהרה, פלייש באנקען, דיינים ומוצי''ם, א תלמוד תורה, א מיידל שולע, א כולל, שמחה זאלן, ישיבה קטנות, און נאך און נאך,
און מען האלט אצינד תשע''ב, בלויז 6 יאר נאך דעם, און מען קיקט זיך אזוי צו, וואו שווערע טויזענטער קינדערליך ווערן נתחנך און די הייליגע מוסדות, גענוי אויפן זעלבען דרך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מיט אונז געלערענט, בלי שום שינו כ''ש, שרייט זיך ארויס פון טיפן הארצן, חסדי השם כי לא תמנו,
אויב רבינו שליט''א וואלט נישט אפגעראטעוועט סאטמאר יענע שווערע תקיפה ח''ו, און די גאנצע האראוואניע פון רבינו הקוה''ט זי''ע וואלט געגאנגען לטמיון ח''ו, וואלט מען דען געקענט זינגען חסדי השם כי לא תמנו? זיכער אז נישט,
דעריבער איז דאס יאר די שמחה געווען אזוי געוואלדיג גרויס, אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצל געווארן, און ער האט אויפגעבויעט יודישקייט, און א דאנק דעם שר צבא ה' כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, איז עס געבליבען שטיין, און עס וואקסט מער און מער, ביז משיח'ס טאג, ולא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמר השם,
דעריבער האט זיך זיך אזוי ארויסגעריסן פון די רבבות אלפי ישראל, דעם פארגאנגענעם מוצש''ק, אזא פייערדיגער געזאנג, ברון שיר ושבח, פארן הייליגען באשעפער.
חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.....
תוקן על ידי מישמאש ב- 21/12/2011 17:27:03