בית פורומים כל העולם כולו

סאטמאר האט אזאנס נאך נישט געזעהן !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2011 02:07 לינק ישיר 

דאס הארץ ווערט זאט פאר פרייד וואס מען זעהט, ווען איך זעה עס ווען נישט גלייב איך עס נישט.

אשרינו אשרינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2011 02:12 לינק ישיר 

אינעם שכינותדיגן בעבי פארום טוט זיך איינער אויף אז זאלי האט געהאט 8 שטאקיגע פארענטשעס פאר בחורים און די ארונים נאר 3, און ער יובל'ט דערמיט, אבער פאר די שוטים זאגט מען נישט אויס די אמתע סיבה פאר וואס די זאליס האבן "געדארפט מאכן"  8 שטאקיגע פארענטשעס, איז וועל איך פאר דעם יעניגן אויסזאגן די גרויסע  סוד וואס ביי זיי איז עס לא יזכר ולא יפקד,

ווייל יעדע שטאק מער וואס מען מאכט ציט דאס אריין מער אין זאֵל אזוי אז 8 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן פארנעמט איבער האלב פונעם זאַל,אזוי ווי זיי האבן עקספיריענס דערין און זיי טוען אזוי ביי זייערע הקפות כידוע לכל,  במילא בלייבט איבער וויינידער פלאץ פאר טישן, אויך האט מען אויסגעשטעלט די בחורים זייער צושפרייט, און ווען מען שטייט און מען טאנצט, קוקט דאס אויס מי יודע ווייס איך וואס, משא"כ ביי די ארונים האט מען געזיכט וואס מער פלאץ פאר בעלי בתים האט מען "געמוזט בעל כרחך" מאכן נישט מער ווי דריי שטאקן כדי עס זאל בלייבן וואס מער פלאץ פאר טישן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2011 02:19 לינק ישיר 

ביי די אהרונים איז טאקע געווען 3 שטאק פאר די בחורים
אבער מען איז געזעצן אויף ביידע זייטן פינעם טיש אין ביים טאנצען קען מען טאקע אז ס'איז גאר 6 שטאק ווייל מען האט זיך אויף געשטעלט אויף די בענק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2011 05:33 לינק ישיר 

הערליך איז נישט דאס ווארט, כ'בין שפראכלאז, א ספעציעלע ישר כח פאר די עסקנים פארן צולייגען פרישע הונדרעטער בענקלעך ביי די דורכגענג אזוי האבען נישט אזויפיל מענטשטן געדארפט שטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2011 23:57 לינק ישיר 

סאטמאר • המעמד המטלטל בנשיאות האדמו"ר • תיעוד וידאו

במעמד אדיר לרגל סעודת יום ההצלה המרכזית בויליאמסבורג לקול שירת אלפים דיבר האדמו"ר מסאטמר שליט"א על חיזוק חומות הבית היהודי • "אל תתגר בם" • אין להכניס מחשבים הביתה • וידאו ותיעוד מדהים מהמעמד העצום

שלמה כהן | 20:26 | כ״ב בכסלו תשע״ב

בשבת ציינו אלפי חסידי ואוהדי בית סאטמאר את יום ההצלה של כ"ק הרה"ק האדמו"ר הדברי יואל מסאטמאר זי"ע שניצל מצפרני הנאצים ימ"ש והתיישב בארצות הברית, שם בנה והקים אלפי בתים נאמנים בישראל, מאות מוסדות תורה צדקה וחסד והציל את יהדות ארצות הברית משמד רוחני.

במוצאי שבת התקיימה באולם ענק בפאתי ויליאמסבורג סעודת מלוה מלכה בשילוב עם מעמד סעודת ההודאה והדינר השנתי לטובת המוסדות שייסד האדמו"ר הרה"ק מסאטמאר זי"ע. המעמד נפתח בשירה אדירה של 'בך בטחו אבותינו', השיר אותו שר האדמו"ר זצ"ל בעת שירד מרכבת ההצלה (רכבת קסטנר).

שעה ארוכה נשא האדמו"ר שליט"א את המשא המרכזי וכמדי שנה עורר את הקהל בענייני חומות הקדושה ועל העניינים שדודו, כ"ק האדמו"ר הדברי יואל זי"ע היה מתריע תמידין כסדרן – על ההתגרות באומות. כן הרחיב בדיבורים על צניעות הבית היהודי ועורר את הקהל לעמוד על נפשם ולא להכניס מחשבים בפתח הבית.01 (800x534)02 (800x534)05 (800x531)07 (800x531)08 (800x531)09 (800x534)10 (800x531)11 (800x531)אלפי חסידי סאטמאר במעמד13 (800x534)16 (800x531)17 (800x531)18 (800x534)19 (800x531)21 (800x531)21-b (800x531)24 (800x531)25 (800x534)27 (800x531)28 (800x531)29 (800x534)30 (800x534)31 (510x768)32 (800x532)33 (800x531)34 (800x531)36 (800x531)37 (800x531)39 (800x534)40 (800x531)DSC_4302 (800x531)

תגיות: , , , 

http://www.jdn.co.il/news/20937

תוקן על ידי פשווארסק ב- 21/12/2011 00:05:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2011 17:22 לינק ישיר 

שווערע טויזענטער תלמידי סאטמאר האבן דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אפגעגבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער, אופן גרויסן נס וואס ער האט געטאן פאר כלל ישראל מיט 67 יאר ציריק, ער האט געראטעוועט דעם צדיק כל הדורות פון נעגל פון די נאצישע רשעים, און ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות אנגעהויבן ציריק אויף צו בויען די חורבנות וואס די גרויזאמע נאצישע רשעים האבן חרוב געמאכט, און ער האט איבערגעפלאנצט יודישקייט און אמעריקא, מיטן פילן ארגינעלקייט אזוי ווי עס איז געווען און דער אלטער היים, פאר די היטלערישער שווערד האט אלעס גרויזאם פארשניטען,

חסדי השם כי לא תמנו,

אבער פאר סאטמאר האט דער טאג פון כ''א כסלו, נאר א טיפערע באדייט,

כ''ו ניסן תשס''ו ווען די הייליגער ברך משה זי''ע, איז ארויף מיט א שטורם ווינד און הימל, האט ליידער פאסירט אז משנאי השם נשאו ראש, ווען א ענגע גרופע וואס איז באשטאנען פון שלעכטע אנגעווייטאגע מענטשען, וואס זענען מלא רשעות ושנאה, עגאיסטישע באשעפענישען מיט שמיציגע און געמיינע אונטערעסן, האבן ליידער פארכאפט די הייליגע מוסדות וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויפגעשטעלט נאכן ביטערן חורבן, זיי האבן פארכאפט די בנינים, וואס סאטמאר האט געבויעט צענדליגע יארן בזיעת אפיים, און מיט מסירות נפש ממש. 

ולא די בזה, זיי האבן דאן פראקאלאמירט אלס ''סאטמארער רבי'' עפעס א גראבער עם הארץ, א מגושמדיגער באשעפעניש, מיט שרעקליכע פארדראבענע מידות, מיט א שמיציגען עבר, און האבן דערמיט מבזה געווען די כבוד פונעם הייליגען רבי'ן זי''ע, ומ''מ כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, ארויף צו זעצען אויף זייער הייליגען בענקל אזא געמיינער באשעפעניש, וואו דעם רבי זאלישעל זאל לעבן. 

חסדי השם, אז סאטמאר האט גאנץ גוט געוויסט ווער דער רבי זאלישעל איז, און מען האט זיך תיכף אפגעשאקלט פון אים מיט אפשיי, און נישט געוואלט האבן מיט אים, קיין שום פארקער, און מען האט געטאן גענוי אזוי וואו דער הייליגער רבי דער ברך משה האט באפוילען לפני מותו, מען האט זיך אונטערגעווארפן אונטער כ''ק רבינו שליט''א, און אפגעראטעוועט דעם כבוד פון סאטמאר און די גאנצער וועלט, עד הנה עזרינו רחמיך,

למעשה האט מען זיך געזען אן קיין ת''ת, אן קיין מיידל שולע, אן קיין כולל, אן קיין בנינים, ממש בעירום ובחוסר כל, דער עולם איז געווען זייער באזארגט, מען האט ממש נישט געזען קיין עתיד פאר סאטמאר און וויליאמסבורג, עס האט אויסגעזען וואו שטנא נצח, און די גאנצע האראוואניע פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וועט חלילה פארפאלען גיין רח''ל,

דאן האט זיך אויף געשטעלט, דער שר צבא ה', דער גרויסער הייליגער צדיק כ''ק רבינו שליט''א, גענוי וואו זיין הייליגעער פעטער זי''ע האט געטאן נאכן ביטערן חורבן, און אויף געשטעלט און איין יאר א מעכטיגע אומפעריע, וואס לאזט זיך נישט גלייבן, בתי מדרשים, מקווה טהרה, פלייש באנקען, דיינים ומוצי''ם, א תלמוד תורה, א מיידל שולע, א כולל, שמחה זאלן, ישיבה קטנות, און נאך און נאך,

און מען האלט אצינד תשע''ב, בלויז 6 יאר נאך דעם, און מען קיקט זיך אזוי צו, וואו שווערע טויזענטער קינדערליך ווערן נתחנך און די הייליגע מוסדות, גענוי אויפן זעלבען דרך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מיט אונז געלערענט, בלי שום שינו כ''ש, שרייט זיך ארויס פון טיפן הארצן, חסדי השם כי לא תמנו,

אויב רבינו שליט''א וואלט נישט אפגעראטעוועט סאטמאר יענע שווערע תקיפה ח''ו, און די גאנצע האראוואניע פון רבינו הקוה''ט זי''ע וואלט געגאנגען לטמיון ח''ו, וואלט מען דען געקענט זינגען חסדי השם כי לא תמנו? זיכער אז נישט,

דעריבער איז דאס יאר די שמחה געווען אזוי געוואלדיג גרויס, אז רבינו הקוה''ט זי''ע איז ניצל געווארן, און ער האט אויפגעבויעט יודישקייט, און א דאנק דעם שר צבא ה' כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א, איז עס געבליבען שטיין, און עס וואקסט מער און מער, ביז משיח'ס טאג, ולא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמר השם,  

דעריבער האט זיך זיך אזוי ארויסגעריסן פון די רבבות אלפי ישראל, דעם פארגאנגענעם מוצש''ק, אזא פייערדיגער געזאנג, ברון שיר ושבח, פארן הייליגען באשעפער.

חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו.....



תוקן על ידי מישמאש ב- 21/12/2011 17:27:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2011 21:31 לינק ישיר 

ברוך המקדש שמו ברבים,
עס גייט נאך אלס נישט ארויס פין די ביינער די לעכטיגע מעמד
אזא הייליגע ציבור אינאיינעם חסידים ואנשי מעשה
חסדי ד' כי לא תמנו

די הנהלה האט דא אריינגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט
אבער ס'האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט
ב''ה עס איז אריינגעקומען ריזיגע סכומים פאר די הייליגע מוסדות הק'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2011 21:32 לינק ישיר 

קליקט פאר די בילדער פין די סעודה הודאה איבער די וועלט

סעודת הודאה וסיום מס' פסחים איבער די וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2011 03:02 לינק ישיר 

אין בלאט איז דא הערליכע אויסגאבע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר האט אזאנס נאך נישט געזעהן !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.