איך האב אויך געזען, אבער באמת וועמען גייט דאס אן? ווילאנג ס'איז נישט קיין געפאר אדער אומארדענונג איז עס א חלק פון די "גראואינג פעינס?", נישט יעדער פארשטייט וואס מיינט קאנטראלירן די גרעסטע קהילה אין דער וועלט קע"ה,מ'האט געהאט ב"ה הונדערטער עסקנים און סדרנים אויף יעדע אפטיילונג און חלק, נו, האבן זיך נאך אפאר גבאים און עסקנים ארויפגערוקט, איז וואס?
לסיומא דמילתא, ווער ס'איז באמת נייגעריג צו וויסן, העסקן הנמרץ לטובת הכלל והפרט, ספעציעל און עקסטער פאר אונזער הייליגע קהילה און מוסדות, הטפסר המרומם הרב יונתן יוסף מענצער שליט"א, וועלכער איז אויסגעשטאנען שמיץ און האגל פון די רשעים וואס ווילן אונז אונטערברענגען, און אריינגעכאפט חצים ובליסטראות פון אונזערע קעגנער די שונאי סאטמאר, און ווי א לייב איז ער אונז געשטאנען צו די האנט מיט וואס ס'האט אויסגעפעלט..
וואס האט ער געטון פאר אונז? די תירוץ איז, "וואס נישט"? אין די ערשטע יארן ווען מיר זענען אויסגעשטאנען לעגאלע פראבלעמען און מ'האט געדארפט צוקומען צו פאליטישאנס טאג און נאכט האט ער אומערמידליך געארבעט יומם ולילה, מ'האט נישט אויסגעקלאפט אין ביהמ"ד יעדן טאג וואס פארא שטיינער די חברה לייגן אונטער און פונקטליך וויאזוי מ'איז בעז"ה לויז געווארן, שווערע בערג זענען מיר דורך, קלייניגקייטן וואס זענען באוואוסט געווען איז למשל די כסדר'דיגע פערמיטן פאר ביהמ"ד החדש, די ארמארי בנין עטליכע מאל, ביי די שמיני עצרת אקופאציע און פאגראם איז ער געווען גאר אינסטרומענטאל אין איינשטעלן ארדענונג..
און אויב מאכט זיך דא איינער ווי ער ווייסט נישט וואס הרב הצדיק ר' משה דוד נידערמאן ליידט זיך אן פון די רשעים ומוסרים ווי זיי זוכן אים אונטערצוברענגען שוין באלד 13 יאר בלויז ווייל ער קערט אן צו די צד פון די אריגינעלע סאטמארער קהילה תחת דגלו של מרן רבינו מהרי"י שליט"א, און האט זיך נישט געוואלט מכניע זיין אונטער זייער טעראר און דרוק, און ער גייט דאס נאך אלס אדורך, און כידוע וואלט ער נישט געקענט מחזיק מעמד זיין איין טאג אן די שטיצע און שטארקע הילף פון די חשוב'ע הנהלה פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וועלכע עס זענען געווען אקטיוו בראש וראשון די צוויי עסקנים וואס געבן זיך אוועק פאר יעדן איד בלב ונפש הרב יונתן מענצער און הרב יחיאל גאלדבערגער, ווי אויך הרב העסקן הנמרץ והמרומם שלום דייטש, וואס זיי האבן האנט ביי האנט געשיצט און געשטיצט דעם גרויסן עסקן הרב משה דוד שליט"א ... און אחרון חביב, די ארמארי בנין וואס מיר האבן יעצט געהאט, און האט אזוי וויכטיג אויסגעפעלט פאר רבבות אנשי שלומינו זיך צו פרייען אינאיינעם מיט מלכינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אינאיינעם, און איז גארנישט געגאנגען אזוי גרניג, צער יגון ואנחה איז מען דורך ביז מ'האט זיך דערזען דערין, דאס האט ערלעדיגט נישט קיין אנדערע ווי הרב יונתן יוסף מענצער מיט הרב משה דוד נידערמאן...
 |
|
|