זאליס: א משכיל האט גערעדט אינעם מארסי ארמערי!!!
בשעת ווען די טויזנעטער אנשי שלומינו האבן זיך צוגעהערט מיט שפאנונג צו די ווערטער פונעם גאון האדיר רבי מיכל זילבער שליט"א, האט ביי די זאלי'ס גערעדט א מענטש מיט נאמען ר' הערץ פרענקל.
איך בין געווארן אינגאנצן צומישט, פאר א פאר חדשים צוריק איז געווען געווידמעט אן ארטיקל אינעם איד אנטקעגן ר' הערץ פרענקל, אן ארטיקל ווי מ'האט אים באטיטלט שקרן פאר'ן האבן די חוצפה און דערציילן מעשיות פונעם רבי'ן ז"ל אנעם רשות פונעם געלען בדחן.
אפאר חדשים פריער, איז געווען אן איבערקערעניש אינעם חלה דעקל פורום, און די עמי איז באטיטלט געווארן אלס אן השכלה'שע מאגאזין, און אלע שרייבער דארטן זענען משכילים וואס ווילן אפפירן אידישע קינדער פונעם אידישן דרך וכו' וכו'. איינע פון די הויפט שרייבער אינעם עמי, איז א איד מיט'ן נאמען הערץ פרענקל.
ווי איך פארשטיין: די זאליס גייען צוליב פאפארגאנדע אויפשטעלן א באוואוסטע משכיל (לשיטתם) פאר די קינדער? הישמע כזאת??
|
|