ארונישער קאויד שפראך
שוין יארן לאנג דריי איך זיך ארום מיט א חשד, אז די ארונים רעדן קאויד שפראך, למשל, ווען זיי זאגן געווינען מיינט עס א"פ רוב פארלוירן, א.ד.ג. יעצט האב איך געבראכן א פרישע קאויד אין די ארונישע ווערטער בוך, "עס גייט אונז בכלל נישט אן" = "עס שטעכט אונז ווי גליענדע נעגל"
כאפט א בליק אין זעהט אליינס, די ארונים שרייען אז עס גייט זיי בכלל נישט אן אז די זאליס פראווענען כ"א כסלו אין ארמערי, פארוואס דען זאל עס זיי יא באדערן? ריכטיג?
האט איר א שטיקל מפתח פון אשכולות וואס זיי האבן געעפענט נאר וועגן דעם כ"א כסלו פון די זאליס.
נעקסט טיים איר הערט אן ארוני זאגן אז עס גייט זיי בככללל נישט אן, זאלט איר פארשטיין וואס עס באדייט
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 18/12/2011 22:31:34
|
|