| נשלח ב-19/12/2011 23:50 |
|
| |
פרייט אייך זאלישלעך!
פרייד אייך זאלישלעך!, כאפט אריין! טאנצט א קאדאטשקע! על אפם וחמתם פון די אהרונים, יא, ס'איז אייך געלונגען! איר האט צוזאם געשלעפט א שיינעם ציבור, אבאוו אלל עקספעקטעישאנס!, נישט נאר העכער די ערווארטונגען פון די אהרונים, נאר אפילו העכער אלע ערווארטונגען פון די זאליס, זאלן די אהרונים קראכן און פלאצן, זאלן זיי שרייען, אריין געריקט די ברענטשעס ארויס געריקט ארויס געריקט די ברענטשעס, ברייטע טישן צו שמאלע טישן, פארפאלן, עס איז אייך געלינגען!, איר האט דאס ערשטע מאל געהאט א גאנץ שיינעם און רעספעקטפול צוזאמענקום, און אלץ עצה טובה ראט איך אייך, נוצט אויס יעדע מינוט, קוועלטס פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט, טרומפייטערט מיט אייער סוקסעס, ווייל לא לעולם חוסן, דאס האלט נישט לאנג אן!, באלד קומט חנוכה, און ווי באקאנט זעט ראדני אויס אום חנוכה ביי די הדלקת הנרות ווי א עיר הנידחת, באלד קומען ווייטער די טייערע לעכטיגע לאנגע ווינטערדיגע פרייטיג צו נאכטס'ן, און דער גז''ל דארף דאך פירן דעם שולחן הטהור, און יעדער ווייסט וואס פאר א תוהו ובוהו עס הערשט ביי דעם גז''ל ביי זיינע טישן, ניצט אויס די געלענגענהייט צו טאנצן און שפרינגען, ווייל ביז שושן פורים ביים ליצנות טיש ווי מען רייסט אראפ און מען מאכט ליצנות פון רבנים און אדמורים, וועט איר ווייטער זיין א אויסגעשפילטע קהילה, איר וועט ווייטער זיין דאס גענאר פון כלל ישראל, איר וועט ווייטער שרייער צוועלעף דרייצן הונדערט בחורים, און ביי די טישן וועלן נישט זיין קיין 50 בחורים, דער איסור חמור אויף בילדער וועט צוריק קומען מיט א ווילדן שוואונג, נאך א ארלויב פון אפאר טעג, ווייל ווי יעדער ווייסט און זעט איז דער איסור נאר חל ווען עס איז דא ביזוי בזיונות, ווי לעיקוואד וכדומה, אבער ווען עס קומען יא צוזאם א שטיקל עולם דאן איז דער רבי נישט אזוי מקפיד, ער ווערט צוריק א נועם המידות אויף עטליכע טעג, יא! זאלי ברודער, טאנצט און שפרינגט עד עלות השחר, ווייל מארגן נאכט איז שוין חנוכה, ומפטירין כדאתמול.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 23:59 |
|
| |
וואס די אויסברוך?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 00:06 |
|
| |
| סעלפאן כתב: |  | | וואס די אויסברוך? |
|
ער איז אווער טייערד, זיי שלאפען שוין נישט זייט מוצאי שבת, יעדע פאר מינוט א נייער אשכול אין זייער פארעם, א קליינעקייט? די זאלישלעך האבען געהאט א גרעסערע עולם ווי זיי? אכט שטאקען פרענטזעס אויף לענגאויס ביידע זייטען פון גייגאנטישען ארמערי? געשטאפט ביז צום סוף? שוין צופיל צו הענדלען!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 00:20 |
|
| |
יא, מיר פלאצן! דריבער זענען מיר ביזי מיט אייך! דער עיבראישער מגי"ש פון כלל ישראל און סאטמאר?
ארונישער קאויד שפראך
ערשטע מאל אין היסטאריע: הולך לבחירות רעדט כ"א כסלו
העלפט סטאפן ספעם פון יו דזשעי קעיר
וויץ פון שטאט: גרינע מוסדות = די גרעסטע!
ר' אהרן זאגט: "מיין בארד איז ווייס געווארן"
ויסעו ממאנהעטען ויחנו בקראון הייטס! אהרונים כ"א כס...
יא, גינגריטש, מיר פלאצן, מיר האלטן נישט אויס אז עס איז דא אזויפיל לעפקעלעך מיט יאקאבאוויטשלעך, מיר האבן עכט געמיינט אז נאר מיר האבן א עולם און דא אזא ענטוישעכטס, די זאליס האבן אויך א עולם,
אגב, דא איז דאס פלאץ זיך הערצליך באדאנקען פאר דעם נועם המידות, וואס הערענדיג אז זיין עלטערער ברודער האט נעבעך נישט קיין בחורים, און כדי צו פארמיידן בזיונות פארן ברודער האט ער מיט זיין גיט הארץ באוויליגט צו שיקן צוויי דריטעל פון זיינע 5 טויזענט בחורים צו זיין ברודער, אנגעהויבן ביי די הכנסת ספר תורה, און ווידער דעם פרייטיג צו נאכטס און נאכאמאל ביים דינער אין... קרוינהייטס, מיר אלע ווייסן אז די טויזענטער בחורים זענען עכט זאליס, נאר פונקט ווי אונזער מאמע לאה האט געגעבן די סמנים פאר איר שוועסטער רחל, כדי צו פארמיידן בזיונות, אזוי אויך דער נועם המידות, האט געשיקט זיינע בחורים צו ברודער צו פארמיידן בזינות, א יישר כח רעב זאלי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 01:00 |
|
| |
אז ס'טוט וויי שפרינגט מען, וויאזוי פירט מען אויס? איי פיל יור פעין...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 01:02 |
|
| |
איך הייב שוין אן צו טראכטן אז רעסלער/משהלע איז א זאלי וואס שפילט פארטיי אדער איז ער אזא דעקעלע אז ער מוז אויסברוכן זיינע/זייערע בויך קרעמפן און שעלטן דעם טאג (כ''א כסלו...) רעסטלער איך האב פארדיר אן עצה וואס ארבעט גאר גוט איך האב עס שוין געגבן פאר אפאר דעקעלעך אין זיי זאגן אז עס ארבעט וואונדערבאר קוק אריין אין די בילד וואס פשיהא ברענגט מערערע מאל אין די ארוני פארום פארגלייזט דיך די אויגן אויף דעם און נאכדעס שווער ביי ראט''נס קליינע בארד אז די זאליס האבן עכט געהאט א פיצי עולם א רפואה שלימה
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 01:17 |
|
| |
פוי, דער פשיהא איז א הארצלאזער מענטש, איך שעם זיך מיט עם, איך האלט אז ער איז א זאלי וואס שפילט פארטיי, א אהרוני קען נישט זיין אזוי הארצלאז!,
פארפאלן, איך וועל שוין דארפן אויסהאלטן מיינע ווייטאגן פאר נאך א 24 שעה, זייט מוצאי שבת קודש, בעסער געזאגט זייט נעכטן נאכמיטאג ווען די קליפס האבן אנגעהויבן צו ערשיינען, האט מיך באפאלן אזא הילפלאזער גייסט, איך דראפע מיך פשוט אויף גראדע ווענט, איך האלט דאס שוין פשוט נישט אויס, היינט איז מיר עטוואס בעסער געווארן ווען איך האב אריבער שפאצירט דאס נייע בית המדרש אויף ראס סטריט, האט דאס מיך אביסינקעלע בארוהיגט, דערמאנענדיג ווי מען האט אייך פון דארט ארויס געקאפעט ווי הינט, אבער וואס זאל איך אייך זאגן? איך דארף מודה זיין אז דער ווייטאג (פעין בלע''ז) איז נאך אלץ נישט אריבער צו טראגן, מארגן ביינאכט בערך 24 שעה ארום וועל איך אי''ה אפגעבן מיין יערליכען וויזיט אין "אינזער" בית המדרש אויף ראדני, וליבי סמוך ובטוח אז בעזר השם וועל איך מיך שטארקן אויף די יסורים און ארויס גיין פון דארט מיט א ליסטיגן שמייכל,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 01:54 |
|
| |
איך בעט דיך פאר דיין געזונט, טרעט נישט אריין אין ראדני אן קיין הארץ דאקטאר, ווייל דו ביסט אין געפאר.. נישט נאר וועסטו זען וואס פארא שטותים און פערדישקייט דן האלסט דא אין איין צוזאמען רעדן ווי דו מאכסט דיך צונאר פאר די טויזנטער אידן וואס גייען דורך דעם ביהמ"ד הגדול יעדן איינציגן טאג אלס דער גרעסטער מנינים צענטער פון ניו יארק, מיט צענדליגער שיעורים ברבים ועוד ועוד, נאר דו וועסט מוזן אנהייבן קוקן דעם לעבעדיגן פאקט אין פנים און טראכטן רעאליסטיש, און דאס איז זייער א גרויס געפאר פאר אן ארוני..
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 03:53 |
|
| |
וואטס ראנג וויט יו? מען גיט אייך קאמפילימענטן אז ענדליך האט עטץ צו געשטעלט א שיינע מסיבה, מען גיט אייך א עצה טובה אויסצוניצן יעדע מינוט ווי לאנג עס האלט נאך אן, און איר שפרינגט ארויס פון די כלים, עפעס ווייסט איר אליין אז דאס גאנצע איז איין קייט פון ליצנות, איר האט קיין השגה נישט וואס הייסט א עולם, ביי אייך ציילט מען אזוי, איינס, צוויי, דריי, פיר, פונעף, זעקס, זיבן, אכט, ניין, צעהן, צוואציג, דרייסיג, פערציג, פופציג, זעכציג, זיבעציג, אכציג, ניינציג, הונדערט, טויזענט, פונעף טויזענט, צעהן טויזנט... און אזוי האט איר רבבות, אזוי האט איר 10 טויזענט בחורים, איר הייבט אייך אן צו כאפן ווי די וועלט מאכט פון ענק כל הטארעס, איר זענט שטאטס נער, און דאס נעמט ענק נעבעך אראפ פון גלייכגעוויכט,
פארקויף מיר נישט ראדני, איך דאווען דארט זייער אפט, און דארט איז דא כמעט אזויפיל מנינים ווי אין פאפא, בערך העלפט פון הופפער, אבער די רעדע איז נישט געווען וויפיל מנינים דארט איז דא, פונקט ווי אלע אינטערשריפטן אקעגן מציצה בפה וואס דיין גז''ל האט אהין געגעבן פארן מעיאר ווי גלייך דאס איז זיין ציבור, פונקט אזוי קען ער נישט פארקויפן אז די מתפללים פון ראדני זענען זיינע חסידים, ניין! ווען בו בזמן ווען ער פירט שלש סעודות, דאווענען אינדרויסן בערך 10 מאל אזוי פיל מענטשן ווי עס זיצן ביי זיין שלש סעודות, און דאס איז שוין מיט זיינע טויזענטער בחורים, אזש אז נפתלי בלומענפעלד האט נעבעך געדארפט וויינען צו די בחורים זאלן קומען צו שלש סעודות מיט די הבטחה אז דער רבי וועט נישט צופיל באלעסטיגן די בחורים, נעבעך נעבעך,
אגב, כאפט ער זיך נישט וואס פאר א ליצנות עס איז געווען ביי זיין אריין קומען דורכן גאנצן עולם און זיך געדרייט רעכטס אין לינקס מיט א פאלשן שמייכל, ווי האט ער דאס געזען? ביים רעבעזיחרוינעווראחע? אדער ביי זיין טאטע?, ווי ער איז קיינמאל נישט געווען? אדער אויף די כלי ביים פרעזידענט ווען ער קומט אריין צו קאנגרעס ביי זיין סטעיט אוף די יוניאן דרשה, וואט א פול? ער האט אויס געזען ווי דער שטאטס נער!!! זעט אויס אז יודעלע וויינשטאק איז זיין יועץ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 05:13 |
|
| |
איך קען מיר נאר פרייען ווען ענק האלטן אין איין עפענען פרישע אשכולות איבער די אויסגעשפילטע זאליס, די צענדליגע טויזענטער ביים דינער ווי זיי זענען מיט גרויס כבוד דעם רבי'ן שליט"א מאכט מיר נישט העפי, מעגליך איך בין א ארונישעל נישט א זאלישעל?
|
|
|
|
|