בית פורומים כל העולם כולו

בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנדידאטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2011 20:50 לינק ישיר 
בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנדידאטן

סטעיט סענאטאר קארל קרוגער, וועמען'ס דיסטריקט נעמט אריין אידישע חלקים פון ב.פ. און ארום, איז ערווארטעט זיך צו דערקלערן שולדיג אין סקאנדאלן און וועט בקרוב אפטרעטן ווערט היינט באריכטעט.

מעגליכע קאנדידאטן פאר זיין זיץ זענען אויפגעברענגט געווארן לו פידלער, א פריינט מיט קאונסילמאן גרינפעלד, און ר' שמחה פעלדער, און אויך פרעד קרייזמאן'ס נאמען האט מען געהערט.

בלייבט צו זען וועמען דער היימישער ציבור וועט שטימען.

מער וועגן דעם פארמעסט, און די קאנדידאטן, קען מען זען דא.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 00:22 לינק ישיר 

סטאראבין איז איצט העכער מיט 118 שטימעס, אבער מווארט נאך אויף עבסענטיס. ער האט אנגעצויגן א דראמאטישע 69 פראצענט פון די חרדי'שע בארא פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2012 06:00 לינק ישיר 

נעכטן נאכט איז געווען א היציגע דעבאטע צווישן די צוויי קאנדידאטן.

דא קען מען זען דעם ערשטן טייל דערפון

אין אנדערע נייעס, האט קאונסילמאן ר' דוד גרינפעלד נעכטן אינדארסירט פידלער


תוקן על ידי פאנדיט ב- 13/03/2012 06:06:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 00:40 לינק ישיר 

כמעט 50 רבנים ארויסגעקומען קעגן שטימען פאר פידלער צוליב תועבה.

דא איז די קול קורא

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/49-rabbis-against-voting-for-fidler.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/2/2012 18:51 לינק ישיר 

תועבה ווערט אן ערנסטע אישו אין די קאמפיין קעגן פידלער. היינט קומט ארויס א קול קורא פון רבנים קעגן שטימען פאר אים, געבן איבער קוועלער וועלכע ארבעטן דערויף.

זע דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2012 22:00 לינק ישיר 
זענען ארטאדאקסן דעמאקראטיש אדער רעפובליקאנער?

דער סופער אידישע דיסטריקט האט געעפנט א וויכוח אין לאקאלע פאליטישע נייעס קוועלער איבער וועלכע פארטיי די ארטאדאקסן און די געגנט וועט שטיצן.

פאקטיש האט מעקעין דראמאטיש שטארק געווינען אין ב.פ. און פאלאדינא אויך.

דא איז דא אן אפהאנדלונג דערוועגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 22:34 לינק ישיר 

געוויסע רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן שטימען פאר לו פידלער צוליב תועבה, אזוי ווי קעגן וועפרין.

דער פראבלעם איז אז די פאליטיקאנטן זענען איצט נישט אויף זייער זייט, און זיי זענען די וואס מאכן דעם ווינט.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/rabbis-withdraw-fidler-endorsement-due.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 03:45 לינק ישיר 

איז דא א מעגליכקייט פאר נאך א טארנער דאס מאל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/2/2012 22:21 לינק ישיר 

סטאראבין האט אויפגענומען פרומען איד וועלכער איז געלאפן קעגן קרוגער אויף די קאנסערוואטיווע ליניע אלס קאמפיין קאארדינעיטאר

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/radar-grimmer-for-grimm-storobin-hired.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2012 19:33 לינק ישיר 
אלעזר פידלער

די 'סיטי ענד סטעיט' פאליטישע אויסגאבע האט דערקלערט לו פידלער דער 'לו-סער' פון די וואך, פאר איבערציען דעם שטיקל מיט באשולדיגן זיין קעגנער מיט נאציזם.

אפשר קען ער אויסנוצן צו לויפן מיט אידישן נאמען, 'אלעזר', און גיין אין די טראדיציע מיט 'מאטי' קאנאר און 'נחום' רעסטלער.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/fidler-is-city-state-lew-ser.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2012 05:38 לינק ישיר 
חרדי'שע לאיער שטעלט אריין עדס קעגן פידלער'ס תועבה

ר' נחמן קאלער, א חרד'ישער אדוואקאט פון בארא פארק וועלכער קלערט פון לויפן פאר די סופעראידישע דיסטריקט אין נאוועמבער, שטעלט אריין אנאנסן קעגן פידלער'ס תועבה שטעלונגען. ער איז גרייט אויסצוגעבן 50 טויזנט דאלאר קעגן אים, ווערט באריכטעט.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/02/hamodia-op-ed-fidler-treading-on-thin.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2012 01:32 לינק ישיר 
אגודה קומט ארויס קעגן פידלער אראפרייסן סטאראבין פאר נעא-נאציזם

אגודה פירער זענען היינט געווען ביי א ראלי פונעם רעפובליקאנער סטאראבין אראפצורייסן פידלער'ס פארדאמען סטאראבין'ס פארשווינדענע ארטיקלען וואו ער איז פארדעכטיגט צוה אבן אויסגעדרוקט נעא-נאצישע אנשויאונגען.

ס'איז די ערשטע מאל וואס די אגודה ווייזט ארויס עפנטליכע שטיצער פאר'ן רעפובליקאנער.

וואס ליגט אונטער דעם?

מיר גלייבן אז זיי ווילן אריינברענגן א היימישן איד אלס סטעיט סענאטאר, פון זייער אייגענע רייען, ר' יחזקאל בענעט, און זיי האלטן אז א סטאראבין זיג וועט פריי מאכן דעם וועג פאר בענעט צו לויפן אין נאוועמבער

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/agudah-is-praying-for-care-taker.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 22:22 לינק ישיר 
נייע מאפעס, און סופער אידישער דיסטריקט, זענען שוין אינדרויסן

מ'האט שוין ארויסגעגעבן די לאנג ערוואטעטע רעדיסטריקטינג מאפעס. עס האט א סופער-אידישן דיסטריקט וואס נעמט אריין ב.פ. און פלעטבוש.
וויליאמסבורג זעט נישט אויס געטוישט.
איר קענט ליינען מער דערוועגן, און גיין צו די מאפעס פון דא:

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/finally-senate-and-assembly-maps.html 

סטעיט סענאטאר עדעמס' זיץ איז איינגעשטעלט אונטער די נייע מאפעס


תוקן על ידי פאנדיט ב- 26/01/2012 22:57:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 19:25 לינק ישיר 
סופער אידישער דיסטריט אריינגערוקט אין נייע מאפע

די סטעיט לעגיסלאטור וועט מארגן ארויסגעבן די נייע מאפעס. היינט ווערט באריכטעט אז די רעפובליקאנער סטעיט סענאט האט טאקע באוויזן אויסצושניידן א סופער-אידישער דיסטריקט אין ב.פ. גאוו קאומא האט אבער געדראעט מיט א וועטא.

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/republican-state-senate-draw-super.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2012 01:14 לינק ישיר 

לו פידלער באשולדיגט זיין רעפובליקאנער קעגנער מיט נעא-נאצישע פארבינדונגען. ס'ווערט הייס
http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/fidler-attacks-storobin-for-neo-nazi.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2012 20:39 לינק ישיר 

רעפובליקאנער זענען גרייט צו אינוועסטירן האלב מיליאן דאלאר אינעם רעיס. שאצן אז עס וועט קאסטן איבער א מיליאן פאר ביידע זייטן.

לאמיר האפן אז אידן וועלן אויך אראפציפן ביינדעל

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/gop-we-will-spend-half-million-for.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בארא פארק וועט האבן וואלן בקרוב: פעלדער קרייזמאן מעגליכע קאנדידאטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext