יום הצלה "כ"א כסלו" געפּראַוועט אין אַנטווערפּן מיט גרויס התרוממות הנפש
אויף א געהויבענעם פארנעם האבן אנשי שלומינו תושבי אנטווערפן יצ"ו, זוכה געווען צו פראווען היי יאר דעם "סעודת הודאה" לרגל די יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, וועלכער איז מיט 67 יאר צוריק ניצל געווארן בהשגחה עליונה פון אונטער די נעגל פון די רשעים הארורים ימ"ש, וועלכע האבן זיך פארמאסטן אז 'ולא יזכר שם ישראל עוד'.
אזוי ווי די פארגאנגענע יאר שנת תשע"א ווען כ"א כסלו איז אויסגעפאלן אום שב"ק, און די צענטראלע "סעודת הודאה" איז דאן געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר מוצש"ק אין די "תפארת מלכה" זאלן, איז היי יאר אויך באשטימט געווארן אז די צענטראלע סעודת הודאה וועט געפראוועט ווערן אום מוצאי שב"ק בראשות פונעם אורח הדגול מרבבה הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט אויך אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה ביים שיינעם מעמד.
צוליב וואס די "שמחה זאל" בבנין ביהמ"ד הגדול איז גרעסער אין פלאץ ווי די היכל הביהמ"ד, איז באשטימט געווארן אז כדי צו קענען אקאמאנדירן דעם גאנצן ציבור בליעה"ר וועט די "סעודת הודאה" פארקומען אינעם שמחה זאל.
אין די באשטימטע שעה האט איז דער ציבור וועלכע זענען געקומען כאיש אחד בלב אחד מיטצוהאלטן דעם מעמד אדיר ומרומם אנגעקומען און די געטרייע עסקנים און גבאי הביהמ"ד האבן יעדן געזעצט על מקומו הראוי איש על מחנהו ואיש על דגלו.
עס זענען געזינגען געווארן די זמירות מלוה מלכה דורך די קאפעליע פון אברכי הקהלה: מוה"ר שמואל אלטר באנעט הי"ו, מוה"ר יואל לאנדא הי"ו, מוה"ר אברהם יו"ט ראזענבערג הי"ו, און מוה"ר יואל גאטטעסמאן הי"ו, באגלייט מיט מוזיק געשפיהלט דורכן טאלאנטפולער שפילער מוה"ר יואל ראזענבערג הי"ו.
א ברייטע סעודת מלוה דמלכה כיד המלך איז סערווירט געווארן לכבוד המעמד אויף א גרויסן פארנעם, צו די צופרידנהייט פונעם גאנצן ציבור. די סעודה איז נתנדב געווארן בנדבת לבו הטוב פון הרה"ח ר' פנחס ברוך בערנשטיין הי"ו מחשובי טובי הקהלה.
דער פותח ראשון און יו"ר המעמד איז געווען מוה"ר מנחם אלי' גראס הי"ו גבאי נאמן דביהמ"ד וועלכער האט באגריסט דעם גאנצן ציבור וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען צו פייערן דעם יום הצלה והשחרור פון מרן רבינו הק' זי"ע.
באזונדער האט ער באגריסט דעם חשוב'ן גאסט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועם דער ציבור האט געהאט די זכי' צו האבן אויף שבת אין שטאט, ווי עס איז ב"ה געפראוועט געווארן א גאר געהויבענעם שב"ק (זעהט באזונדערן באריכט).
אזוי אויך האט ער מקבל פנים געווען בברכה הרבני הנגיד הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול ומראשי קהלתינו הק' אין לאנדאן יצ"ו, וועלכער שטייט צוהילף פאר די הנהלת הקהלה בכל עת ובכל זמן, וועלכער האט געוויילט אויף שב"ק און אויפן מעמד סעודת הודאה אין שטאט.
דערנאך האט דער יו"ר ארויפגערופן איינע פון די מגידי שיעור בחבורת "יסודי התורה" הרה"ג ר' אברהם שמעון קטינא שליט"א ר"מ בישיבת וויזניץ, ער זאל ארויפקומען און פארענדיגן די מסכת פסחים און זאגן דעם 'הדרן'.
א רירנדע געפיהל האט געהערשט ביים ציבור ווען דער יושב ראש הי"ו האט באגריסט דעם חשוב'ן אורח הרבני הישיש ר' יוסף מילגראם הי"ו וועלכער האט געהאט די זכי' מיטצולעבן געהויבענע זמנים מיט מרן רביה"ק זי"ע תיכף נאכן באפרייאונג אין די שווייץ.
ר' יוסף הי"ו האט דערציילט גאר שפאנענדע זכרונות פון יענע צייט, ווען ער איז געווען א בחור אין די ישיבה אין מאנטרעי, און די בחורים פלעגן אויסנוצן די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין און צו וויילן בצל קדשו פון רבי'ן ז"ל.
בין הפרקים האבן די הערליכע קאפעליע מאברכים החשובים גאר שיין מהנה געווען דעם ציבור, און אזוי אויך האט דער בעל מנגן נפלא מוה"ר יודא הערש שווארץ הי"ו אייניגע מאל מהנה געווען דעם ציבור מיט הערליכע פרקי חזנות, פון וואס דער ציבור האט שטארק נהנה געווען.
אזוי אויך איז פארגעזינגען געווארן הערליכע חרוזים און גראמען לכבוד היום דורך הילד היקר נ"י זוהן פון מוה"ר יודא הערש שווארץ הי"ו, מיטן צוהילף פון די קאפעליע בעלי מנגנים, אין וועלכן עס איז געשילדערט געווארן אין קורצן מעשי תקפו וגבורתו פון מרן רבינו הק' זי"ע דער בעל הנס פונעם יום ההצלה כ"א כסלו שנת תש"ה ביז צו זיין הסתלקות בסערה השמימה, ווען דער ציבור הערט זיך צו דערביי מיט גרויס רגש.
א שטילקייט האט געהערשט איבערן זאל ווען דער "נואם הכבוד" הגאון הצדיק לאנדאנער רב שליט"א האט אנגעהויבן זיין דרשה, וואס דאס איז געווען די הויכפונקט פונעם מעמד. טראץ שוין שטייענדיג אין די שפעטע נאכט שעה'ן האט דער ציבור מיט כבוד התורה און פאסיגע יראת הכבוד אויסגעווארט אויף די דרשה פונעם חשוב'ן רב שליט"א.
בראשית דבריו האט דער רב שליט"א מקדים געווען מיט פארשידענע דברי תורה און רעיונות במאמרי חז"ל אויף דעם גרויסן טאג וואס מיר האבן זוכה געווען ווען רבינו הק' זי"ע איז ניצל געווארן ממות לחיים און זוכה געווען פון פריש אויפצושטעלן דעם ריין ארגינעלן כלל ישראל עפ"י דרך התורה המסורה לנו.
דאן האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט דעם 'אשרינו מה טוב חלקינו' און די געוואלדיגע זכי' וואס מיר סאטמארע חסידים האבן צו געהערן צו די לגיון של מלך, די הייליגע סאטמארע אימפעריע הנמשכת בגאון ובעוז דורכן גרויסן מנהיג העדה מרן רבינו שליט"א, וואס כל רצונו איז ממשיך צו זיין בדרך התורה בלי שום שינוי, און מאנט און פארלאנגט כסדר מחסידיו הסרים לשמעתו צו זיין מוסיף והולך אין אלע ענינים פון אידישקייט.
דער רב שליט"א האט פארענדיגט איבער די געוואלדיגע שעצונג וואס דער ציבור דארף צו האבן פאר די חשובע הנהלת הקהלה וועלכע ארבייטן אוממידליך, יומם ולילה לא ישבותו לרומם קרן התורה להרחיב גבולי הקדושה, און עס ליגט א פליכט אויפן ציבור זיך אויך אהערצושטעלן און זיי ארויסצוהעלפן בגוף ובממון, און האט אויסגעפיהרט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
די פלאם פייערדיגע דרשה וואס דער רב שליט"א האט משמיע געווען איז נאך אלץ די געשפרעך פון טאג צווישן דעם היימישן ציבור אין אנטווערפן, און מיר האפן בקרוב מעתיק צו זיין די גאנצע דרשה לתועלת הרבים.
נאכן דרשה פונעם רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון הרבני הנגיד החסיד מוה"ר משה ארי' פריינד הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול ומראשי קהלתינו לאנדאן יצ"ו, אלס הכרת הטוב פאר זיינע פיהלע לייסטונגען לטובת הקהלה.
תיכף דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין עילאין אויף "חסדי ה'" "בך בטחו" און נאך ניגוני הודאה, לויבנדיג און דאנקענדיג השי"ת פאר די גרויסע חסדים וואס ער האט געטוהן מיט כלל ישראל בהצלת רועה נאמן לבית ישראל.
•♦•
שיינע באַזוך אין אַנטווערפּן דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו לאָנדאָן שליט"א
הגה"צ דער רב שליט"א איז אנגעקומען קיין אנטווערפן, פרייטאג ערב שב"ק אינדערפרי, ווי דער רב שליט"א איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בקהלתינו אין אנטווערפן.
דער רב שליט"א איז געקומען אין באגלייטונג פון נאמן ביתו מוה"ר מענדל קאפף הי"ו, און הרבני הנגיד הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול ומראה"ק לאנדאן, ווי אויך אייניגע קינדער פון רב שליט"א.
נאך א קורצע וויילע, איז דער רב שליט"א תיכף צוגעפארן צום היכל הביהמ"ד ווי מען האט געדאווענט שחרית ברוב עם הדרת מלך.
נאך פת שחרית בבית האכסניא, איז דער רב שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון הרה"ג רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד דקהלת "מחזיקי הדת" אנטווערפן, ווי עס איז פארפיהרט געווארן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
במשך די געציילטע טעג וואס הגה"צ דער רב שליט"א האט געוויילט אין אנטווערפן, האבן אנ"ש תושבי העיר געהאט די געלעגנהייט זיך מתבשם צו זיין מאור תורתו פונעם חשוב'ן רב שליט"א, און מקבל זיין לקח מפיו.
נאך תפלת שחרית האט דער רב שליט"א משמיע געווען א גאר שיינע "דרשת חיזוק" אינעם היכל "עזרת נשים" שע"י בית מדרשינו, פאר פיהלע צענדליגע בחורי חמד תושבי אנטווערפען, ווי אויך פאר די "חבורת ויואל משה" די סאטמארע חבורה בישיבת "עץ חיים" ווילרייק.
דער רב שליט"א האט ארומגערעדט פארשידענע דברי חיזוק פאר די בחורי חמד, וואס די תוכן דערפון איז געווען אז מען דארף צוגיין צו יעדן ענין מיט א שטארקן ישוב הדעת, און שוקל זיין צו מען זאל דאס יא אדער נישט טוהן, וואס דאס איז דער פארזיכערטער וועג פארן מענטש צו קענען מצליח זיין אין לעבן.
א גאר געהויבענער שב"ק האבן אנ"ש תושבי אנטווערפען מיטגעלעבט בראשות פונעם אורח הדגול שליט"א.
צו תפלת מנחה ערב שב"ק האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות. צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום יצחק דאסקאל הי"ו גבאי ביהמ"ד סאטמאר אין געגנט פון זכרון מאיר בני ברק.
נאכן דאווענען האט גענומען א לענגערע וויילע ווילאנג דער ציבור איז אדורך און שלום געגעבן פאר גרויסן גאסט שליט"א.
די סעודה ליל שב"ק האט דער רב שליט"א געגעסן ביי די שמחת הבר מצוה פון ש"ב הב' הי"ו נכד מרן בעל שבט הלוי שליט"א וואס איז געפראוועט געווארן אין זאל פון "בנות ירושלים" אין שטאט.
ארום האלב צעהן איז דער רב שליט"א ערשינען צו די 'באטע', צו וועלכן עס האבן זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור סאטמארע חסידים. עס איז געזינגען געווארן די ניגוני שב"ק, ווי אויך ווארעמע חסיד'ישע ניגונים, וועלכע דער ציבור האט מיטגעזינגען מיט גרויס התעוררות.
בין הפרקים האט דער רב שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, ארומרעדנדיג איבערן ענין פון 'התחדשות', וואס א מענטש דארף שטענדיג זוכן התחדשות בתורה ועבודת ה' און נישט צו ווערן אפגעשוואכט און נאכגעלאזן. און דער רב שליט"א האט דערמיט גאר פאסיגע געטייטשט די פסוקי פרשת השבוע און פארשידענע מאמרי חז"ל.
אינמיטן די באטע האט דער ציבור אויך אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד דקהלת "מחזיקי הדת" וועלכער איז געקומען זיך באטייליגן במשך א לענגערע צייט לכבוד האורח הדגול שליט"א ולכבוד הציבור שיחי'. און האט אויך אויפגעטראטן מיט דברי תורה לרגל די נס ההצלה פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.
צום ענדע פון די באטע דער ציבור איז אויך ארויס אין פייערדיגע ריקודין לויבנדיג און דאנקענדיג השי"ת אויף די נס ההצלה פונעם רבי'ן זי"ע, און דער ציבור האט זיך פארשפרייט פון די באטע אין א שפעטע שעה.
שב"ק בייטאג איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס בערנשטיין הי"ו מחשובי טובי הקהלה צו פסוקי דזמרה. און דער גרויסער גאסט הגה"צ דער רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית. מוסף האט פארגעדאווענט נאמן ביתו פונעם רב שליט"א מוה"ר מנחם יצחק קאפף הי"ו פון לאנדאן.
במשך די תפלות שב"ק האבן זיך אויך אנגעזעהן פיהלע אידן מתושבי העיר תלמידים פונעם רב שליט"א, ותלמידי בית אביו וזקינו שליט"א, וועלכע זענען געקומען באגריסן דעם רב שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען אין באגלייטונג פון ראשי וטובי הקהלה צום ביהמ"ד דעת שלום דחסידי שאץ, ווי האברך החשוב מוה"ר יעקב שאול סימאן הי"ו מחשובי לומדי כוללינו האט געמאכט דעם קידוש לרגל הולדת בתו, ווי דער רב שליט"א האט זיך באטייליגט לכבוד חותנו הרה"ח ר' אהרן פערלמוטער הי"ו מתלמידי מרן הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, און לכבוד זקינו הגה"צ רבי ישכר בעריש קאהן שליט"א ראה"כ סאטמאר-אנטווערפן.
דאן האט דער רב שליט"א געגעסן די סעודה בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א מגי"ש בקהל יטב לב ד'סאטמאר אנטווערפן.
ארום צעהן מינוט בעפאר תפלת מנחה האט זיך דער רב שליט"א באטייליגט ביים "חברת תהלים" ווי עס באטייליגן זיך מדי שבת בשבתו צענדליגע קינדערלעך בליעה"ר און זאגן אינאיינעם די שירי נעים זמירות ישראל. ווי דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די קינדערלעך רעדנדיג בשפה רפה אז יעדער זאל קענען פארשטיין.
סעודה שלישית רעוא דרעוין איז געפראוועט געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, ווי די גאנצע היכל הביהמ"ד איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן אויף א פראקטישן אופן צו קענען אקאמאנדירן דעם גאנצן ציבור בליעה"ר.
כנהוג איז געזינגען געווארן די ניגוני סעודה שלישית מיט גרויס ווארעמקייט. ווי דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין מיט גרויס התעוררות, ארומרעדנדיג שטארקע דברי חיזוק פאר א איד וואס אין וואספארא מצב ער זאל נאר נישט זיין איז ער מרוצה לפני ה' און קען צוריק נתקרב ווערן אל הקדושה.
דער רב שליט"א האט אויך ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די שמועות מבהילות וואס מחנכים הערן כסדר איבער וואס עס איז ליידער נגרם געווארן דורך די היינטיגע טעכנאלאגיע, און אויפגעפאדערט בקול אדיר אז יעדער דארף מאכן זיין שטוב און וואוינונג א פעסטע חומה נישט אריינצולאזן די אלע פרצות הדור.
און דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אין דעם כח וואס דער ציבור האלט זיך אינאיינעם, בשבת אחים גם יחד, דורך דעם קען מען זיך ווייטער דערהאלטן אויפן ריכיגן וועג, און איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
נאך מעריב האט דער רב שליט"א צושפאצירט לבית האבלים משפחת הרה"ח המרומם ר' אשר אנשיל שעהר ז"ל מזקני ופארי ק"ק סאטמאר אנטווערפען, ווי דער רב שליט"א האט מנחם געווען די משפחה החשובה שיחי'.
•♦•
בעפארן מעמד המרומם -"סעודת הודאה" האט דער רב שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה - בפקודת מרן רבינו שליט"א - מיט די נארוואס אויפגענומענע מורי צדק דק"ק סאטמאר אנטווערפען, ה"ה הרה"ג רבי מאיר וויינבערגער שליט"א און הרה"ג רבי ליפא טייטלבוים שליט"א אינעם נייעם "בית הוראה" בבנין ביהמ"ד הגדול, ווי דער רב שליט"א האט אויסגעשמועסט פארשידענע דרכי וכללי הוראה, און איבערגעגעבן פון זיין ערפארונג במשך די יארן, ווי אויך פסקים והוראות מזקני הגדול מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א.
•♦•
זונטאג פארמיטאג איז פארגעקומען א גאר וויכטיגע "דרשת חיזוק" בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שרייבער שליט"א, וואס איז ספעציעל געווען געווידמעט פאר די עלטערע אינגעלייט וואס האבן שוין ערוואקסענע קינדער אין שטוב, ווי דער רב שליט"א האט אויסגעשמועסט א ריי מיט גאר גאר וויכטיגע הדרכות חשובות ונחוצות וואס איז נוגע לחינוך הבנים והבנות.
זונטאג האט דער רב שליט"א געדאווענט שחרית אינעם פשעווארסק'ער ביהמ"ד אין שטאט, ווי נאכן דאווענען האט זיך דער רב שליט"א באגריסט מיט כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רב שליט"א ביותרת הכבוד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
שפעטער אין טאג איז דער רב שליט"א אינאיינעם מיט די מורי צדק דק"ק סאטמאר אנטווערפן און די ראשי הקהלה ארויף צום שטוב פון האברך החשוב מוה"ר אהרן משה ריינער הי"ו מחשובי העסקנים אין די קהלה, וועלכער וואוינט פונקט אקעגן איבער דעם בנין ביהמ"ד הגדול, ווי דער רב שליט"א האט באטראכט דעם מי גשמים דאך פונעם בנין וואס איז נארוואס פארראכטן געווארן, כדי צו קענען אנהייבן בעז"ה בקרוב די פאקטישע בוי ארבייט אויף די מקוה טהרה.
דאן איז דער רב שליט"א אריבער צום בנין ביהמ"ד הגדול, ווי דער רב שליט"א האט זיך מטריח געווען בטלטולא דגופא און ארויפגעקראכן אויף דאך און אלעס גאר גרונטליך באטראכט, אזוי אויך האט דער רב שליט"א געגעבן עטליכע פראקטישע עצות אז אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענטיג.
אין די מיטאג שעה'ן בערך ארום האלב צוויי האט דער רב שליט"א פארלאזט די שטאט, איבערלאזנדיג נאך זיך דעם סאטמארן ציבור תושבי העיר אנגעפיהלט מיט הויפענעס חיזוק פון די הערליכע טעג וואס מען האט מיטגעהאלטן אינאיינעם מיטן חשוב'ן רב שליט"א.
-בריך מתייך לשלם-