בית פורומים אידישע געדאנק

כ"א כסלו אין א ניכטערן בליק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2011 19:40 לינק ישיר 
כ"א כסלו אין א ניכטערן בליק

דא זענען דא 2 צדדים, ביידע פרובירן צו איבערשטייגן דעם אנדערן, זאל זיין גרעסער, שענער, מער פי אר, אויסשפילן דעם אנדערן מיט כאפן א זאל, א רעדנער, וכדומה, וכדומה, איך ברויך נישט מאריך זיין, יעדער פארשטייט עס גוט,

אוואדי זענען דא צווישן המון עם פילע אידן וואס פרובירן צו האבן די ריינע מחשבות, זיך צו פרייען מיט די רבינ'ס הצלה, וכדומה, אבער ליידער איז די פאליטיק א ריזיגע עלעפענט און מיטן צימער וואס איז נישט מעגליך עס צו ארויסטרייבן פון די מחשבות, אפי מ'זאל וועלן,

איז אבער דא 2 צדדים, איין צד האט אן קיין בושה אפציעל געמאכט א גאנצע דגוש איבער די "ארמארי", ווי גרויס און הייליג עס איז, אפציעל געדריקט גלאנציגע בראשורן פון די "ארמארי",

ווילאנג די מעשה ילדות איז נאך צווישן די ראמען פון הייד פארק אדער אין מקוה, איז נאך בחסד, אבער ווען די שטותים ווערט געפאמפעט אפציעל דורך די פירער, ווייזט דאס ווי אויסגעמישט זייערע פריאריטעטן זענען, און ווי ווייט זיי זענען פארקראכן,

ווידער דער אנדערער צד, אוואדי איז נאך די פאליטיק פארנעמט ליידער א גרויס ארט, א מענטש איז א מענטש, אבער די פירער און די מנהיגים, ווייסן אז דאס איז א "בדיעבד" און א "טפל", און זיי ווייסן וואס די חובת האדם בעולמו, פאר א סאטמארע חסיד, פארדעם האבן זיי געהאט די שכל צו אויסניצן די געלעגנהייט צו עכ"פ מאכן א שטיקל השתדלות זאל ארויסקומען א כבוד שמים פון אזא כנסי', שטאטס זיין געווינערס אויף הייד פארק און "דער איד"

יעצט דא הערטס מיך גוט אויס רבותי, ווייל עס איז קריטיש וויכטיג דער פונקט:

איך קלעים לגמרי נישט אז מיר זענען בשיטה גרעסערע קנאים, איך קלעים לגמרי נישט אז די זאליס זענען "ציונים", און איך קלעים אפי' נישט אז די סיבה פארוואס די כבוד שמים וואס קומט שטענדיג ארויס פון אונז האט עפעס מיט די צידקות וסייעתא דשמיא פון סאטמאר רבי'ן, קען זיין יא קען זיין נישט,

דא איז דא זייער א לאגישע סברה:

אז מ'וועט צוריק קוקן צו די היסטאריע פון די התנהגות פון די זלמונים וועט ארויסקומען א קלארע בילד ווי פאריקט זייערע צילן זענען, און איך רעד פון די פירער, זיי זענען אזוי פארקראכן אז ס'ממש א רחמנות אויף זיי,

נישט צו לאנג צוריק איז געווען א קאמפעטישן פון פראטעסטן פון די צוויי צדדים, געזונטערהייט, ס'מוז דאך שוין אזוי גייו, זייער צד איז געפארן קיין וואשינגטאן און מיר האבן געמאכט א פראטעסט אין מאנהעטן, לאמיר נישט אריינגיין און די סוקסעס, לאמיר זאגן זיי האבן געהאט א מיליאן מער מענטשן,

די פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען, אז בעת זיי האבן אראנזשירט זייער וואשינגטאן פראטעסט, איז נישט געווען קיין איין איינציגע אפציעלע אקציע, וואס זאל אפמיטיגן, מינימיזירן, אפחוזקן, שטערן, קריטיקירן, זייער אקציע, (קען זיין אויף היידפארק, אדער צווישן זיך, אבער דאס איז נישט אונטערסאנט) אדרבא דער בלאט האט אפי' עס באריכטעט גאנץ פאזיטיוו, כאטשיג וואס פאליטיש האט עס נישט געשמעקט, ווייל מיר האבן פארשטאנען אז די סאטמארע שיטה פארנעמט א העכערע פראיריטעט ווי די פאליטיק, און מיר האבן געשלינגן און אפי' הנאה געהאט אויב עס וואלט געהאט די ריכטיגע רעזולטאט,

יעצט לאמיר זעהן וואס האט פאסירט ווען סאטמארע רבי שליט"א האט אראנזשירט א פראטעסט און מאנהעטן, אן רשות פון התאחדות, איז קודם געקומען א "רעבעזעחרוינעברוכע" סברה אז מ'טאר דייקא נישט מאכן קיין פראטעסט צוליב די א"ג "קריזיס" פון די טערקישע פלאטע און עזה (איינער געדענקט נאך אפי די "קריזיס"), ממש א קלאסישע "מלוחים מאוד" גלוטין, סברה, ווייל סאטמאר רבי טוט איז עס מלוחים, ציונות

כאב נאר איין ווארט פארדעם, נעבעך,

נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א צעטיל גערייסעכטס,

און נאך די פראטעסט, האט דער איד, אן קיין שום בושה, אפציעל, אפ'געחוזקט, און מינימיזרט פון די פראטעסט, אז ס'נאר געווען טויזנט מענטשן און אויך נאר ווייל ס'געווען לעבער דעי,

קיין שום קלאסישקייט, קיין שום מאראל,

לאמיר נעמען אזא ארגענעזאציע ווי "נטרונא", כידוע זענען זיי לגמרי נישט קיין גרויסע חסידים פון רבי'ן, אבער היות זייערע צילן מיט אונזערע זענען די זעלבע, האט זיך נאטורליך ערווארבן א הארמניע שיתפות,

וואס זענען די רעזולטאטן:

לאמיר זיך מתבונן זיין, די בני יואל, זאליס, זענען שטענדיג ביזי אז די רביצין איז א ציוני, שטוב רעדט עיברית, די רבי חבר'ט זיך צו ציונים,

אבער עפעס אונטערסאנט, עס איז נישטא קיין איינציגער אינצידענט, אין גם אחד, וואס מ'זאל קענען אנצייגן אז די דרויסענדיגע אידישע וועלט, און אפי' די אלגעמיינע גוי'ישע וועלט זאל באריכטן מדעת עצמם, אז דער רבי שליט"א זאל האבן א נייער גאנג בתורת הקנאות, עפעס אנדערש ווי דער רבי ז"ל, אדרבא, שטענדיג ווערט נאר באריכטעט אז סאטמאר רבי איז דער ממשיך דרך פון שיטת הויואל משה בלי זוז כל שהוא,

פון די אנדערע זיי די בני יואל צבועים, מגושמים, קוויטשן א גאנצן טאג "רעבעזעחרוינעברוכע", סאשע ציוני, אהרן וויזניץ, מ'עסט נאר געקעסטלטע לאקשן יו"ט, מ'זונגט דעם רבינס לא תבושי, וכו' און גארנישט, קיינער ווייסט נישט פון זיי קיינער הערט נישט, איין זאך וואס מ'ווייסט אז זיי זענען קעגן עראן טייטלעבאום, וזה הוא,

נאך מער, עפעס אינטערסאנט, הפלא ופלא, פונקט פון זיי איז עפעס אויסגענומען געווארן שוין מערערע מאל, אז זיי זענען גאר די מתחדשים און און מעסיגער ווי די ארגינעלע שיטת ויואל משה,

2 אינצידענט איז ברייט באקאנט,

1 בעת זיי זענען געגאנגען אין בגץ הטמא, און בני ברק, איז באריכטעט געווארן אין די ציוניסטישע פרעסע, אז סאטמאר האט אפגענויגט פונעם ארגינעלען דרך ווייל זיי זענען מכיר בערכאות הציונים,

2 בעת די נטורי קרתא איראן נסיעה, האט די דשואיש פרעס, די עקסטרעמסטע מיתנחלישע צייטונג און אמעריקע, באריכטעט מיט פאטאס און אפלודירוט די זאליס פאר זיך טוישן לויט די "צייטן",

דאס איז געווען די גרעסטע חילול השם, אז ס'ארויסגעקומען די מעסעדש אז "סאטמאר" האט זיך געטוישט,

פארוואס איז דאס איז אזוי?

נישט ווייל די זאליס זענען ציונים, און מיר נישט, אויסדריקליך נישט, נאר ווייל זיי זענען פארבלאנדשעטע נשמות, וואס האבן קענען נישט קאנטראלירן זייער געוויסן, זייער מח לויפט זיי נאר אגאנצן טאג "אהרן ט"ב", אז מ'לייגט אריין און אויוון קארטאפל וועט ארויסקומען קארטאפל, נישט קיין הינדל, אז דער ציל איז פאליטיק קענען מען גיין ביז וואשינגטאן, שרייען סאשע ציוני, און די רעזולטאטן וועט נאר זיין וואס זיי זענען

למשל יעצט כ"א כסלו, וואלטן זיי ווען נישט פונקט אזוי געקענט אויסניצן די געלעגנהייט צו משמיע זיין דעם דעת תורה, נאר זיי זענען נעבעך אזוי פאר'שיכור'ט פאר די ארמארי, און מ'גייט ציפיקסן אהרן, ס'פשוט נישט מעגליך זאל זיי עולה על הדעת זיין עפעס אנדערש,

ויה"ר שילמדו תועים בינה

קרעדיט: קראך היט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2011 20:43 לינק ישיר 

מען ברויך צו זיין א שטאקיגער נער צו דיבעטן די קינדערליך, איין זאך איז מיר נאר א ווינדער, וויפיל אשכולות מעג מען עפענען אויף איין ענין ביי ענקער באליבטע כל ארוני כלו? ווייל געווענטליך לאזט ענקער מנהל נאר איינס, עפעס אויף כ"א כסלו פון די זאליס מעג מען 14 מיליאן.

דאס איז וואס דער פסוק מיינט, "עס גייט אונז בכלל נישט אן"

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 22/12/2011 20:45:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2011 21:37 לינק ישיר 

וואלן


זייער א פארשטענדליכע ווייטאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2011 21:41 לינק ישיר 

 

דער אמת איז אז מלך מלכים דעבאטירט יא מיט "די קינדערלעך", נאר זיין וועג פון דעבאטירן איז צו זאגן לאמיר נישט דעבאטירן. א מהלך.

לגופו של ענין, אוודאי איז קראך הוט גערעכט אז ביי טשענס האט זיך ארויסגעשטעלט עטליכע מאל פאר די פרעסע אז ר' אהרן איז דער לוחם קעגן ציונות, הויפטזעכליך צוליב די פי.אר. חלק מיט וואס די אהרונים זעבנען שטארק, נוצן זיי צומאל אויס דעם זאך צום גוטן, כה לחי. וה"ט פון די פארקערטע נעגאטיווע דעקונג קעגן די זאליס ביי די בג"ץ פרשה, כידוע לכל. ביי די אהרונים איז די פארבינדונג מיט די פרעסע זייער שטארק, און ממילא טאנצן זיי נאך וואס די אהרונים שרייבן פאר.

איז עס א פראבלעם אז ביי די זאלי'ס נישט? בכלל נישט. א גאנץ יאר איז דאס א מורא'דיגע ברכה. לעניני ציונות והמסתעף, איז עס גראדע יא א פראבלעם, און מען וואלט ווען געדארפט זיך אריינלייגן דערין.

אבער דאס איז אלעס געזאגט געווארן נאר ביי די צייטונגען וואס מיט זיי קען מען ארומדרייען וויאזוי מען וויל. וווער רעדט נאך פון די איזראעלי פרעסע און מידיא וואס איז אויסגעהונגערט נאך א גוטן סקופ. אבער לגבי וואס דער ציבור האלט, דאס איז שוין א אנדערע  מעשה.

דער פאקט איז, אז דער רוח אין די גאנצע וועלט איז, סיי ביי די וואס זענען אויף די קנאי'שע זייט, און סיי ביי דעם איבערוויגנדען רוב פונעם יהדות החרדית וואס זענען מער מעסיג און טאלעראנט לעניני ציונות, איז ביי יעדן איינעם קלאר אז ר' אהרן איז מער מעסיג, וועלטליך, און ר' זלמן לייב איז דער ממשיך פון די אלטע (בלשונם: פאנאטישע) סאטמארע דרכים, און מה"ט גופי' איז ר' אהרן מער פיקד אפ און מקובל אין די ברייטע וועלט.   

מאכט נישט קיין טעות, נישט ר' אהרן'ס א.ג. גאונות מאכט אים פאר א פערזענליכקייט. דער רבי זי"ע חסרון פאר די וועלט איז נישט געווען אז ער איז נישט געווען גענוג ת"ח פאר זיי, בכלל איז קיינמאל נישט דער מהלך פון פאמפן א חסיד'ישן רבי'ן מיט זיין לערנען, דוכט זיך אז ר' אהרן'ס שווער האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר זיין איידעם'ס גאונות... און מיט דעם אלעם איז דאס אפילו נישט קיין נומבער, נישט דאס איז דער מדובר ווען מען רעדט פון אים.

אזוי אויך איז נישט ר' אהרן אזא קיינד משפיע און מחדש למשל ווי דער ליובאוויטשער איז געווען, וואס איז נארמאל אז חסידים פון אנדערע קרייזן זאלן ווערן פארקויפט דערפאר. בקיצור, נישט דאס מאכט אים.

 זיין איינציגסטע זאך וואס אפעלירט גוט אין די ברייטע חסיד'ישע גאס איז, אז ער גייט ארויסנעמען סאטמאר פון איזאלאציע. פאר קרוב צו זעכציג יאר, זינט די בחירות פרשה, פילן זיך נישט סאטמארע חסידים אויג אויף אויג מיט רוב אנדערע קרייזן, און איך גיי אפילו נישט אריין אין די סיבות דערצו. זיי זענען ממילא פארשטענדליך פאר זיך אליין. און די אנדער קרייזן, שפירן דאס גוט, הגם זיי כאפן נישט ווי ווייט עס איז איינגעגעסן אין סאטמאר דער מהלך. מען דארף נישט קיין דוגמאות, דאס איז דאך דברים פשוטים.

איז געקומען ר' אהרן און אויסגעשטרעקט א האנט צו די גאנצע וועלט. און דערפאר איז ער פלוצלינג א ת"ח און א גאון, א "מנהיג"! ער פארשטייט צו הנהגה! אטע דאס איז דער אויסדריק וואס די וועלט שענקט פאר ר' אהרן דנן. פארן רבי זי"ע האבן זיי דעם טיטל בטעות נישט פארגינען.

ממילא, איך גיי אפילו נישט אריין אין דער עצם זאך, וועלכע אידעעלאגיע איז מער גערעכט, אבער פליז קום מיר נישט פארקויפן ווער עס איז מער אריגינעל ממשיך דעם אלטן סאטמארן דרך. עד כאן! קענסט רעדן און האלטן וויפיל דו ווילסט אז דער מהלך איז מער גערעכט, אבער נישט דאס איז סאקמיר!

איי דו ברענגסט ארויס א גוטע זאך, אזאדאנק ר' אהרן'ס פייגערן פאר פי.אר. האט שמואל ווידער ארומגעשיקט א פרעס רעליס וואס האט געהאלפן פאר די מלחמה קעגן ציונות, גוט, מען וועט עס איבערעדן ביי די זאליס, קאן זיין מען וועט זיך אריין לייגן אין דעם ענין אויף להבא אז מען קען נוצן די סאטמארע כינוסים און מאורעות פאר פרסום קעגן די מדינה, נישט קיין שלעכטער געדאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2011 21:43 לינק ישיר 

איך וועל ענטפערן קורץ און שארף!
 
ביי די ארונים טראגט נישט קיין שום ווערד א מקום קדוש, משא"כ ביי די זאליס יא.
 
וועגן דעם האבן נאר די ארוינים געדאפרט דעקארירן מיט רויט ווייסע ליילעכער, רינדעכיגע שיינע לעקטערס, טייערע טישטוכער, טויזענטער בראשורן פאוסטערס און גרויסע סיינס אויף די גאסן און באסעס. ביי די זאליס איז נישט געווען קיין שום פראפאגאנדע און מיט דעם אלעם האבן די זאליס געהאט מער מענטשן.
 
נו אז יעדער איבערצייגט זיך אז ר' אהרן איז נישט דער איינציגסטער סאטמארע רבי איז נישט געבליבן קיין אנדערע אפציע ווי שרייען אז נאר די ארונים מיינען עס לשם שמים, א שטייגער ווי ר' אהרן'ס דרשה ביים עפענען די גרינע מוסדות אז ער זיכט נישט צו זיין די גרעסטע, נאר די בעסטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 20:19 לינק ישיר 

אומזיסט, זייער קלאר ארויסגעברענגט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 22:28 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:
איך וועל ענטפערן קורץ און שארף!
 
ביי די ארונים טראגט נישט קיין שום ווערד א מקום קדוש, משא"כ ביי די זאליס יא.
 
וועגן דעם האבן נאר די ארוינים געדאפרט דעקארירן מיט רויט ווייסע ליילעכער, רינדעכיגע שיינע לעקטערס, טייערע טישטוכער, טויזענטער בראשורן פאוסטערס און גרויסע סיינס אויף די גאסן און באסעס. ביי די זאליס איז נישט געווען קיין שום פראפאגאנדע און מיט דעם אלעם האבן די זאליס געהאט מער מענטשן.
 
נו אז יעדער איבערצייגט זיך אז ר' אהרן איז נישט דער איינציגסטער סאטמארע רבי איז נישט געבליבן קיין אנדערע אפציע ווי שרייען אז נאר די ארונים מיינען עס לשם שמים, א שטייגער ווי ר' אהרן'ס דרשה ביים עפענען די גרינע מוסדות אז ער זיכט נישט צו זיין די גרעסטע, נאר די בעסטע.

די ווייסע שול איז נישט קיין מקום קדוש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 03:15 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט עס איז נישט א מקום קדוש, נאר אז א מקום קדוש טראגט נישט קיים שום ווערד ביי די ארונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 13:20 לינק ישיר 

אומזיסט; האסט מיר ממש מחיה געווען אזוי קלאר און נארמאל ארויסצוברענגן דעם ענין, כה לחי, קיפ אן מיט אזעלכע געשרייבעכצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 21:30 לינק ישיר 

מען זעהט טאקע ביי די בית החיים די מקום מנחותו פין רבינו הקדוש זי"ע ביי וועם ס'טראגט א ווערד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 22:26 לינק ישיר 

דו מיינסט זעכער די וואס פייניגען דארטען און זענען מבזה די לעבעדיגע און אפילו די טויטע? שעמטס ענק טאקע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 22:35 לינק ישיר 

דאס הייסט גענטפערט שלא ממין הטענה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 23:48 לינק ישיר 
פיין ארויסגעברענגט, ווער האט געווארפן שטיינער?

אבראהאם כתב:
מען זעהט טאקע ביי די בית החיים די מקום מנחותו פין רבינו הקדוש זי"ע ביי וועם ס'טראגט א ווערד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2011 03:02 לינק ישיר 

אז די הונט בילד איז א סימן די שטיין איז געלינגען !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2011 19:27 לינק ישיר 

אז עס געלונגט פאר די ארונים אראפ צוברענגען דעם פורום צו א קינדערישער קריגעריי סטייל האבן זיי טאקע מצליח געוועהן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2011 19:50 לינק ישיר 

http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp?cat_id=4&topic_id=2932699&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"א כסלו אין א ניכטערן בליק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext