היינט האבן איינער פון די בני בית פון דזשיגאן ארויסגעליקט א טעיפ ווי דער דזשיגאן וויינט זיך אויס צו א איד אז די פרומע פראקציע אינערהאלב די אהרונים מאכן אים פראבלעמען, בראש פון אלתר קויפמאן.
ווארשיינליך איז דער צו וועמען דזשיגאן וויינט זיך אויס איינער פון די הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג וואס האט גערופן זיך אפרעדן הלמאי דזשיגאן האט געשיקט אלתר קויפמאן צו ר' מיכל זילבער אז ער זאל נישט קומען רעדן ביים דינער ווייל ער האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות. דזשיגאן איז מסביר בטוב טעם ודעת אז "אין סאטמאר איז אונטערשרייבן אויף די בחירות זייער א הארבע זאך" (לידיעת הקורא הרבנית סאשע טייטלבוים - האגער). אבער ער זאגט "נאמנים עלי דברי פון ר' מיכל" אז ער האט טאקע נישט אונטערגעשריבן אויף די בחירות.
בא יבוא ברינה!
הערט און האט הנאה:
2066668617
תוקן על ידי המהדרין ב- 23/12/2011 21:46:38
נשלח ב-29/12/2011 18:14
פארוואס זאל ער זיך טוישן?
דאס איז ער, דאס איז טיפיקל רעבארן,
סדא א ווארט בדרך הלצה, משה רבינו איז א דערשראקענער געלאפן פרעגן כביכול וואס טוט מען מיט די בנות צלפחד, זיי פארפירן און שרייען אז זיי האבן נישט קיין ירושה,
האט דער אייבישטער געענטפערט, בארואיג דיך, ס'נישט געפערליך, כן בנות צלפחד "דוברות", די בנות צלפחד רעדן אזוי, דאס איז די סטייל וויזוי די בנות צלפחד רעדן אלעמאל, דארפסט זיך נישט דערשרעקן,
די זעלביגע, כן רעבארן דוברות,
ער רעדט אזוי,
און פארדעם איז ער נישט די טעיסט פון אזויפיל סאטמארע חסידים
נשלח ב-29/12/2011 06:00
אנבעליוועבעל... ער איז נאך די זעלבער ווי אמאל, ממש גארנישט געטוישט.