| נשלח ב-25/12/2011 19:38 |
|
| |
פרדס זאלן: חתונה אינוויטעישאנס א פארגאנגענהייט
זייט נישט ערשטוינט ווען אייער קרוב, חבר, שכן מאכט חתונה אין פרדס זאל און איר ערהאלט נישט קיין חתונה בריוול אויף די פאסט, חתונה אינוויטעישאנס אין די פרדס זאלן איז א פארגאנגענהייט...
מיט גרויסע אפלאדיסמען ווערט באגריסט די נייע געוואונטשענע תקנה וועלכע איז נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון די הערליכע "חסד" חתונה זאלן "פרדס פיגא" (און בקרוב אי"ה "פרדס צבי"), וועלכע האט שוין בע"ה געשפארט מיליאנען דאללער פאר די מחותנים אין די קורצע תקופה זייט איר ערעפענונג, איז צוגעקומען נאך א פארלייכטערונג וואס וועט שפארן פאר די איבערגעשטרענגטע מחותנים נאך טויזנטער דאללער פון דרוקן בריוולעך און ענוועלאופס, און די טייערע פאסטעדזש קאסטן וואס האלט נאר אין איין ארויפגיין, חוץ פון די צענדליגער / הונדערטער שעות ארבעט וואס גייט אריין אין צוגרייטן די אדרעסן וכדומה, און די עגמת נפש פון די וואס זענען נישט אנגעקומען אדער צוריקגעקומען וכו'
די זאלן וועלכע זענען געבויט געווארן אויף די אינציאטיוו און פארלאנג פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט זיין הייליגע קופת טוב וחסד וואס שטייט גרייט יעדע טאג פון יאר צו העלפן אידן און לייכטער מאכן פאר אידישע משפחות בעת צר ובעת שמחה וחדוה, און די הילף פון די חשובע עסקנים הע"י, צו די קריאת קודש פון רבינו שליט"א האט זיך צוגעשטעלט דער באוואוסטער בונה ומקים עולמות של תורה, הרב החסיד רבי אליעזר קעסטנבוים שליט"א נשיא מוסדות דמשק אליעזר, וועלכער איז דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, א איד וואס איז דבוק אין תורה, און פון די גרעסטע בעלי צדקה בעירנו, הונדערטער אידישע שמחות זענען שוין געווארן געפראוועט אין די "פרדס פיגא" זאלן, אויף די עלעגאנטסטע שענסטע פארנעם, און פאר א שפאט ביליגע פרייז, אין די קומענדיגע חדשים דארף פארטיג ווערן די נייע הערליכע "פרדס צבי" זאל, וכמעשהו בראשון כך מעשהו בשני..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 20:41 |
|
| |
אזוי דארף צי זיין די זאלי'ס טיען זייער גוט
ווען מען טוט א גיטע זאך דארף מען עס קאנגגראטילען נישט קיין חילוק פין ווי ס'קומט ווען ס'קומט זיך קרעדיט קומט זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 20:18 |
|
| |
יעדע נאכט הערליכע חתונות מיט ריזיגע עולם אן קיין אינוועטעישענס, א הילף און ריליעף פאר די מחותנים
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2011 19:46 |
|
| |
אונטערעסאנט אז עס איז אים נישט איינגעפאלן אז מען וועט דארפן פרזענליך אראפגיין צו יעדעם אהיים לאדענען
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2011 19:56 |
|
| |
1+1= חלה דעקל
אויב איינער זעט אין די ערשטע תגובה דא אז די מחותנים וועלן דארפן קאלן באקומט פון מיר א פופציגער
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2011 00:01 |
|
| |
צו א שלום זכר אדער קידוש גייסטו אויכעט נאר ווען מ'קאלט? מ'קאלט נישט און מ'ספענט נישט קיין צייט און געלד נישט פאר אינוועטעשענס און נישט פאר קאלס, דבר יום ביומו און די איד האבען א ספעשעל פרייז פאר פרדס חתונות, איין צוויי עדס און פטור פון העדעיקס!! געוואלדיג!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 23:58 |
|
| |
א געוואלדיגע זאך
די אלע וואס גייען קאלן מאכן זיך אליינס שווער
נאר נישט פארגעסען ווער עס האט אריינגעברענגט די מושג פון תקנות
אין צילוב וועם פרדס פיגא זאלן זענען געבויעט געווארן
אבער דעי געדאנק פון בטל מכן אינוויטעשאנס איז געוואלדיג אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 23:39 |
|
| |
| ריפל כתב: |  | | משא"כ יעצט, |
|
יעצט לייגט מען עס אריין אין די צייטונגען, אין די לוח המודעות אויפן וואנט, אין אינעם דבר יום ביומו, אין יעדער ווייסט דערוועגן, נישטא קיין געקאלעכצער,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 22:31 |
|
| |
משא"כ יעצט, די מחותנים דארפן זיין פארנומען אנצוריפן די 2000 מענטשן לויט דיין חשבון, רעכן די קאפ ווייטאג, די צייט (יעדער רעדט נאר 5 מינוט, ווער איז דער בדחן וכו' און מ'דערמאנט זיך זיכרונות) דאס איז 10000 מינוט- 167 שעה!!! שטיין אויפן טעלעפאן און רופן. איך בין נישט מקנא דעם מחותן און זיין בני בית
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 20:37 |
|
| |
נאכאמאל, וויפיל קאסט אינוויטעישאנס? איך פארשטיי מ'דארף יעצט פרובירן אוועק צו מאכן די גרויסע אויפטוען מיט וואס נאר מעגליך, אבער נעם ארויס דיין קעפל פון באקס, און נעם ארויס א קאלקולעיטער פון קעשענע, רוב מחותנים שיקן צווישן 800 און 1500 אינוויטעישאנס פער צד, דורכשניטליך 2000 אינוויטעישאנס ביידע מחותנים, וויפיל קאסט יעדע סטעמפ? יעצט וויפיל קאסט דרוקן? אויך גיבן זייער פיל פאר א קאמפאני צו פאקן און קלעבן, מ'באשטעלט סטיקערס און קאסטום לעיבלס, (מ'זעט שוין נישט קיין געשריבענע כמעט) עס קאסט פאקטיש אפאר טויזנט דאללער, חוץ די קאפ ווייטאג און דאגות פארדעם און נאכדעם..
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 20:28 |
|
| |
תוקן על ידי שיףרבי ב- 25/12/2011 20:29:47
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2011 20:27 |
|
| |
מיר פירן זיך נישט צו גיין צו קיין שום שמחה אים געלאדענט!
עס איז מוז נישט זיין דורך די פאסט עס קען אפילו זיין ממש פערזענליך אריבערקומען און לאדענען דעם קאזען-פעטער-שכן וכדו'
אויפ'ן טעלעפאן איז אויך אננעמבאר.
עס איז נאר פשוט א רחמנות אויף די בעלי שמחה, אז זיי זאלן מוזן פארנומען זיין אנצורופען די פולע געסט. ווען מען קען ביליג אפקומען צו שיקן א חתונה בריוול מיט סטעמפל וואס קאסט סך הכל אפשר 500 דאלאר פאר ביידע צדדים (פארשטייט זיך ווי ערליכע אידן נישט די פענסי סארט, אבער די מאכן דאך סייווי נישט חתונה דארט).
אבער אז איך שרייב שוין וועל איך טאקע באגריסן די פרדס פיגא זאל פאר'ן העלפן אראפברענגען די חתונה 175 קאפל מינימום סטאנדארט און היינט קען מען שוין ב"ה באקומען אין כמעט אלע זאלן א גוטן פעקעדזש פאר בלויז 125 קאפל פאר ארום 10,000 הכל בכל מכל.
אשריכם פאר'ן שפארן עטליכע טויזנט דאלאר פאר יעדע צד, וואס איז ליידער רוב מאל ממש געגאנגען לאיבוד.
תוקן על ידי שיףרבי ב- 25/12/2011 20:28:56
|
|
|
|
|